top of page
אלון בכות: מסע הלוויה פון הרה"צ רבי חיים דוב האלפערין זצ"ל זון פון האד' מוואסלוי און איידעם פון האד' מבוהוש
מיטוואך פ' קרח • ב' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יהודה פרקוביץ,JDN פילע הונדערטער אידן האבן מיט שווערע געמיטער באגלייט למנוחת עולמים אחר מיטתו פון האי גאון וחסיד פרי עץ חיים הרה"צ רבי חיים דוב האלפערין זכר צדיק לברכה, זון פון כ"ק אדמו"ר מוואסלוי שליט"א און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א, וועלכער האט נעכטן אויסגעהויכט זיין נשמה במיטיב שנותיו, נאכן זיך מוטשען עטליכע יאר מיט די ביטערע מחלה ל"ע. צו די באשטימטע צייט איז די מיטה ארויסגעפירט געווארן פון זיין שטוב או


פאר מקדושים: הרה"צ רבי חיים דב האלפערין זצ"ל זון פון האד' מוואסלוי און איידעם ביי האד' מבוהוש נפטר געווארן
דינסטאג פ' קרח • א' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש ברוך דיין האמת: מיט פארווייטאגטע געפילן און טיפן צער ווערט אויפגענומען די שווערע און ביטערע בשורה ביי חסידי בית רוזשין, איבער די פריצייטיגע פטירה בדמי ימיו פון בנן של קדושים האי גאון וחסיד, פאר מקדושים הרה"צ רבי חיים דב האלפערין זצ"ל רב דחסידי וואסלוי בנו חביבו פון יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מוואסלוי שליט"א, און איידעם פון זיין פעטער כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א וועלכע איז נפטר געווארן לחיים העולם הבא נאכן מיטמאכן שווערע יסורים ל"ע די לעצטע י


בקשו רחמים: האד' מוואסלוי אנגעוויזן אויף תפילות ישראל נאכן ליידן לייכטע הארץ אטאקע
מיטוואך פ' במדבר • כ"ו אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש עורי נא התעוררי נא: אידן איבער די וועלט און חסידים ואנשי מעשה פון די רוזשינער הויפן בפרט, זענען מתפלל לרפואתו השלימה פון כ"ק אדמו"ר מוואסלוי שליט"א, מפארי האדמורי"ם לבית רוזין, וועלכער איז נעכטן נאכט אריינגעפירט געווארן צו די "שיבא" שפיטאל אין תל השומר נאכן ליידן פון הארץ קאמפליקאציעס. דאס קומט נאכדעם וואס דער רבי שליט"א איז שוין די לעצטע וואך נישט געווען בקו הבריאות, נאך א שוואכקייט וואס איז באפאלן דעם רבי'ן ליל ל"ג בעומר ווען


שמחת הבר מצוה פון אייניקל ביי האד' מוואסלוי | בילדער גאלעריע
דינסטאג פ' אמור • י''א אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש שמחת הבר מצווה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מוואסלוי שליט"א, א זון ביי בנו הרה"צ רבי ראובן היילפרין שליט"א רב דקהל זכרון משה אין שטאט ציריך, חתן הרה"צ רבי אברהם אביש ווייס זצ"ל מספינקא, די שמחה איז פארגעקומען אין בני ברק במחיצת הקודש פונעם זיידן די וואסלויער רבי שליט"א און מיט די השתתפות פון א שיינעם ציבור ובראשם אדמור"ים ורבנים.


bottom of page
