עצרת הספד אין חצר הקודש וואסלוי ככלות השבעה פון הרה"צ רבי חיים דוב האלפרין זצ"ל בן האד' מוואסלוי
- לפני 47 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' חקת בלק • ח' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

ככלות ימי השבעה נאך די הסתלקות לשמי מרום בדמי ימיו פון בנן של קדושים הרה"צ רבי חיים דוב האלפרין זצ"ל, רב ביהמ"ד וואסלוי, זון פון כ"ק אדמו"ר מוואסלוי שליט"א און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א, זענען אפגעהאלטן געווארן עצרות מספד והתעוררות זיך מחזק זיין נאך די שווערע אבידה שאין לה תמורה וואס האט באטראפן דעם בית המלכות און גאנץ כלל ישראל.
די ערשטע עצרת איז פארגעקומען נעכט מאנטאג אוונט אין היכל בית מדרש וואסלוי אין די רמת אהרן געגנט אין בני ברק, וואו עס האט זיך פארזאמלט א גרויסער עולם חסידים, מעריצים ותושבי השכונה וואס זענען געקומען באוויינען דעם גרויסן חלל, בראש המסובים האבן זיך משתתף געווען, זיין פאטער כ"ק אדמו"ר מוואסלוי שליט"א און זיין שווער כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א, באזונדער האבן זיך אנגעזען כ"ק אדמו"ר מספינקא רמת אהרן שליט"א און הגה"צ רבי יהושע מנחם שטערן שליט"א אב"ד ראחמיסטריווקא בני ברק.
עס האבן אויפגעטרעטן זיין ברודער הרה"צ רבי יצחק הלפרין שליט"א בנו הגדול פון וואסלויער רבי'ן, זיין שוואגער הרה"צ רבי אברהם חיים פרענקל שליט"א, המשפיע הגה"ח רבי ישראל אהרונסון שליט"א, הגה"ח רבי מרדכי אורי אנגלמן שליט"א רב ואב"ד מערב ראשון לציון, הגה"צ רבי ישראל זושא הורביץ שליט"א רב ואב"ד קהילות החסידים אין אלעד, און זיין איידעם הרה"צ רבי אליעזר זוסיא שטערן שליט"א. די מספידים האבן פה אחד באוויינט די ביטערע פארלוסט, ארויסגעברענגט געהויבענע שטריכן פונעם נפטר און מחזק געווען דעם ציבור זיך צו לאזן טרייסטן פון דעם שווערן בראך.










































