פרייטאג פ' פנחס • כ' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
פילע אידן האבן נעכטן כחצות הלילה באגלייט למנוחת עולמים האי נפש נקי וצדיק מזוכך ביסורים הרה"ח ר' אהרן אלעזר ברים ז"ל מחשובי חסידי באיאן וועלכע איז נעכטן נפטר געווארן אין בליענדן עלטער פון פיר און זעכציג יאהר נישט איבערלאזנדיג קיין זרע של קיימא.
ר' אהרן אלעזר ז"ל איז געווען א זון פון הגה"צ המפורסם רבי יהושע העשיל ברים זצ"ל ראש ישיבת תפארת ישראל רוז'ין באיאן, און א איידעם ביי הגה"ח ר' יהודה הערש בראנדוויין זצ"ל זון פון הגה"צ רבי יעקב מרדכי בראנדוויין מסטרעטין זצ"ל, ער איז געוועהן א שוואגער מיט יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א און כ"ק אדמו"ר מוואסלוי שליט"א.
די חשובע נפטר איז געווען שטארק נאנט און באליבט ביי זיין גרויסן פאטער די באיאנער ראש ישיבה, און איז געווען אדוק ומקושר צו מורו ורבו כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, ער האט לאנגע יאהרן געדינט אלס א מחנך תינוקות של בית רבן לתורה וליראת שמים.
ר' אהרן איז געוועהן דער מחבר פונעם באקאנטן ניגון התעוררות 'יראה אל עבדיך' וואס איז נתפרסם געווארן בכל תפוצות ישראל, בפרט בחצר הקודש באיאן וואו מען זינגט די ניגון אין פארשידענע זמנים מיט גרויס דביקות, ווי ביי די מעמדי ההדלקה ל"ג בעומר אין אתרא קדישא מירון.
ביים לוי' אין בית הלויות שמגר אין ירושלים האבן מספיד געווען זיינע חשובע ברודער'ס, און הגה"צ רבי מתתי' דייטש גאב"ד רמת שלמה, קיין טריקן אויג איז נישט געווען ווען מען האט געזינגען דעם אויסגעווייקטן 'יראה אל עבדיך' וואס מען האט איבערגעזינגען עטליכע מאל מיט גרויס התעוררות. בראש המלוים האבן זיך אנגעזעהן די חשובע שוואגער'ס פונעם נפטר האדמורי"ם מבוהוש און וואסלוי וועלכע האבן באגלייט די מיטה ביז נאך סמימת הגולל אויפן הר המנוחות.
Comments