top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פאר מקדושים: הרה"צ רבי חיים דב האלפערין זצ"ל זון פון האד' מוואסלוי און איידעם ביי האד' מבוהוש נפטר געווארן

  • לפני 6 ימים
  • זמן קריאה 3 דקות

דינסטאג פ' קרח • א' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

ברוך דיין האמת: מיט פארווייטאגטע געפילן און טיפן צער ווערט אויפגענומען די שווערע און ביטערע בשורה ביי חסידי בית רוזשין, איבער די פריצייטיגע פטירה בדמי ימיו פון בנן של קדושים האי גאון וחסיד, פאר מקדושים הרה"צ רבי חיים דב האלפערין זצ"ל רב דחסידי וואסלוי בנו חביבו פון יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מוואסלוי שליט"א, און איידעם פון זיין פעטער כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א וועלכע איז נפטר געווארן לחיים העולם הבא נאכן מיטמאכן שווערע יסורים ל"ע די לעצטע יארן, זייענדיג אלט בלויז 47 יאר, צום טיפן צער און טרויער פון אלע ידידים חסידים און בני המשפחה, וועלכע קלאגן אויף די בשורת איוב און בפרט צערו של אבא זיין גרויסן פאטער דער וואסלויער רבי שליט"א וועלכע וועט ליידער באגלייטן אן אייגן קינד למנוחות ל"ע.


דער חשובער נפטר זצ"ל איז געבוירן געווארן אין בני ברק כ"ו אדר תשל"ט, אלס דער זיבעטע קינד פון זיין גרויסן פאטער כ"ק אדמו"ר מוואסלוי שליט"א, מפארי אדמור"י בית רוזשין, און צו זיין מוטער הרבנית ע"ה, טאכטער פון הגה"צ רבי יהושע העשיל ברים זצ"ל, ראש ישיבת תפארת ישראל רוזשין, מצד אביו האט ער געצויגן א הערליכע יחוס צו די צדיקים פון די רוזשינער דינאסטיע און צדיקי בית צאנז, שינאווא, טשעחויב, קאריץ, שפיטיווקא, קאסוב, און נאך גדולי וצדיקי הדורות.


אין זיין יוגנט האט ער געלערנט אין ישיבה לצעירים בוהוש, און דערנאך אין די ישיבה גדולה נועם התורה אין בני ברק ביי הגאון הגדול רבי מענדיל שאפראן שליט"א. שפעטער איז ער אריבער לערנען אין ישיבת בריסק אין ירושלים וואו ער איז געווען פאררעכנט אלס איינער פון די חשובע תלמידים ביים ראש הישיבה הגאון הגדול רבי אברהם יהושע סאלאבייטשיק שליט"א לרפואה שלימה, וואו ער האט שוין אלס בחור גשהמט אלס א תלמיד חכם עצום און א זעלטענעם בעל כשרון.


בהגיעו לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט זיין חשובע אשת חיל שתחי' עלטסטער טאכטער פון זיין פעטער כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א, און אינאיינעם האבן זיי אויפגעשטעלט א הערליכע שטוב על אדני התורה והחסידות.


קורצליך נאך זיין חתונה איז ער אויסגעקליבן געווארן צו דינען אלס מרביץ תורה אין ישיבה גדולה בוהוש, און שפעטער אלס ראש הקיבוץ, וואו האט ער איבערגעגעבן שיעורים און חבורות מיט א קלארקייט, און גלייכצייטיג שטארק מחזק געווען די עלטערע בחורים מיט וועמען ער האט פארמאגט א שטארקן קשר, און זיך געזארגט פאר זייער הצלחה.


אין די לעצטערע יארן האט ער געדינט אלס רב ביהמ"ד וואסלוי אין בני ברק, וואו ער איז געשטאנען לימין אביו הגדול דער וואסלויער רבי שליט"א בהנהגת הקהילה.


זיין גאנצע וועזן האט אפגעשפיגלט זיין הייליגן אפשטאם, מיט די רוזשינער אצילות און זיין אויסטערליש ווארעם הארץ, ער איז געווען שטארק אהוב על הבריות מיט זיין ספעציעלן חן און שטענדיג געהאט א גוט צו זאגן.


ליידער איז ער די לעצטע זעקס יאר נזדכך געווארן מיט יסורים קשים ומרים פון די ביטערע מחלה ה"י, אבער ער האט דאס אלעס אנגענומען באהבה ובדומית אמונה, און זיך ווייטער געשטארקט און אויך מחזק געווען אנדערע. בלויז דריי וואכן צוריק האט ער נאך זוכה געווען בשארית כוחותיו אונטערצופירן א קינד אונטער די חופה, און טראץ זיין חולשה האט ער זיך מיטגעפריידט ביי די שמחה און נישט ארויסגעוויזן קיין צייכן פון זיינע מיטמאכענישן.


היינטיגן דינסטאג איז ליידער די גזירה פארשריבן געווארן און ער האט צוריקגעגעבן זיין ריינע נשמה ליוצרה אין זיין שטוב אין בני ברק במעמד בני משפחתו און זיין גרויסן שווער כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א וועלכער איז געווען אנוועזנד ביי די יציאת נשמה.


ער לאזט איבער נאך זיך א דור ישרים מבורך, צווישן זיי זעקס יתומים פאר די חתונה, ער האט זוכה געווען חתונה צו מאכן צוויי קינדער: זיין טאכטער אשת הרב אליעזר זוסיא שטערן, זון פון הרב שמעון יוסף שטערן אייניקל פון הגה"צ ראש ישיבת תורת חסד לאנדאן זצ"ל און הגה"צ אבד"ק סקולען בני ברק שליט"א, און זיין זון הרב יצחק וועלכע איז מיט עטליכע וואכן צוריק געווארן אן איידעם ביי זיין פעטער הרה"צ רבי משה נתן לעמבערגער שליט"א, זון פון הגה"צ אב"ד מאקאווא בני ברק זצ"ל און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א.


די מסע הלויה פון הרה"צ רבי חיים דב הלפרין זצ"ל בן כ"ק אדמו"ר מוואסלוי שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א וועט ארויסגיין 4:30 פון ביהמ"ד וואסלוי אויף רח' סורוצקין אין די רמת אהרן געגענט אין בני ברק, און וועט דורכגיין פארנט פון גרויסן בוהושער קלויז אויף רח' חגי אויפן וועג צום בית החיים נחלת יצחק אין גבעתיים בחלקת אבותיו הקדושים.


שנשמע ונתבשר בשורות טובות ושלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו.


דער חשובע נפטר הרה"צ רבי חיים דוב זצ"ל ביי די חתונה פון א קינד מיט עטליכע וואכן צוריק וואו ער האט מיטגעהאלטן די שמחה בשארית כוחותיו.


תגובות


bottom of page