אלון בכות: מסע הלוויה פון הרה"צ רבי חיים דוב האלפערין זצ"ל זון פון האד' מוואסלוי און איידעם פון האד' מבוהוש
- לפני יום אחד (1)
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' קרח • ב' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהודה פרקוביץ,JDN
פילע הונדערטער אידן האבן מיט שווערע געמיטער באגלייט למנוחת עולמים אחר מיטתו פון האי גאון וחסיד פרי עץ חיים הרה"צ רבי חיים דוב האלפערין זכר צדיק לברכה, זון פון כ"ק אדמו"ר מוואסלוי שליט"א און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א, וועלכער האט נעכטן אויסגעהויכט זיין נשמה במיטיב שנותיו, נאכן זיך מוטשען עטליכע יאר מיט די ביטערע מחלה ל"ע.
צו די באשטימטע צייט איז די מיטה ארויסגעפירט געווארן פון זיין שטוב אויף רחוב בן נריה, באגלייט דורך זיין טאטן כ"ק אדמו"ר מוואסלוי שליט"א און זיין שווער כ''ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א, וועלכער האט געזאגט א קדיש בקול בוכים איידער מ'האט באגלייט די מיטה צו טהרה.
שפעטער ביי די לוויה אין וואסלויער בית המדרש, אויף רחוב סורוצקין אין בני ברק, האט מען צוערשט געזאגט פרקי תהלים, און דערנאך איז געהערט געווארן דברי פרידה דורך הרה"ג ר' יצחק שמואל שווארץ שליט"א, רב ביהמ"ד חיסדא. דערנאך האט זיך געזעגנט בשם די משפחה און מתפללי הביהמ"ד די עלטסטער ברודער פונעם נפטר, הרה"צ רבי יצחק האלפערין שליט"א, און די קינדער האבן געזאגט קדיש, און די לוויה איז ארויס לעבר בית המדרש הגדול בוהוש אויף רחוב חגי.
צוליב ראש חודש איז נישט געהערט געווארן קיין הספדים, בלויז קורצע דברי התעוררות און דברי פרידה איז געהערט געווארן דורך הגאון הצדיק ר' לייבוש טוביאס שליט"א, רב קהילה קדושה בוהוש, און דערנאך האט מען געהערט קורצע ווערטער דורך הגאון ר' דוד פיינשטיין שליט"א ראש כולל בית יהודה.
דערנאך האבן די קינדער, די יתומים, געזאגט קדיש און געריסן קריעה כדת וכדין, ווען די בכיות האבן דערגרייכט עד לב השמים. ביי דער לויה אין בני ברק האבן זיך אנגעזען צווישן אנדערע האדמור"ים מסאדיגורא, שבט הלוי, ביאלא רמת אהרן, אנטניא, הגה"צ ראש ישיבת סאטמאר בני ברק שליט"א, הגה"צ אבד"ק סקולען בני ברק שליט"א, הגאון רבי משה מרדכי טוביאס רב פון קדימה און נאך.
די מיטה איז דאן געפירט געווארן ברחובה של עיר וואו די אדמור"ים שליט"א האבן באגלייט בראש המלווים אנגעכאפט מיט די אייניקלעך די יתומים, וואס איז געווען א הארצרייסנדע סצענע. פון דארט איז די מיטה אפגעפארן צום בית החיים נחלת יצחק אין גבעתיים, וואו דער חשובע נפטר איז געקומען לקבורה אויפ'ן רוזשינער חלקה, נישט ווייט פון זיין מוטער הרבנית הצדיקת מוואסלוי ע"ה וואס איז נפטר געווארן ערב יום הקדוש שנת תשפ"א.
נאך סתימת הגולל הארט פארן שקיעה האט כ"ק אדמו"ר מוואסלוי שליט"א געזאגט קדיש און זיך געזעצט שבעה אינאיינעם מיט זיינע קינדער הרבנים און די אייניקלעך די יתומים, וואו מ'איז דורך מנחם אבל זיין כנהוג. צווישן די מנחמים איז געווען כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, וואס איז אנגעקומען צו דער לויה בשעת סתימת הגולל.






























