top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד הקמת מצבה על קברו פון הגה"צ רבי חיים דוב האלפערין זצ"ל בן האד' מוואסלוי וחתן האד' מבוהוש

  • לפני 3 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' כי תבא • י''ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

היינט נאכמיטאג איז פארגעקומען דער מעמד הקמת המצבה על קברו פון הרה"צ רבי חיים דוב האלפערין זצ"ל, זון פון כ"ק אדמו"ר מוואסלוי שליט"א און איידעם פון כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א, במקום מנוחתו כבוד אין די רוזשינער חלקה אויפ'ן בית החיים אין גבעתיים.


היות וואס דער יום השלושים איז אויסגעפאלן אום ראש חודש אב, האט מען באשטימט דעם מעמד הקמת המצבה אויף היינטיגן דאנערשטאג, וואו עס האבן זיך צונויפגעזאמלט א גרויסער ציבור חסידים, ידידים, מוקירי זכרו, און די בני המשפחה, אין שפיץ פון די שוואגערס, האדמו"רים מוואסלוי און בוהוש שליט"א.


די אדמו"רים האבן מעיין געווען אינעם נוסח המצבה, דערנאך געצינדן ליכט און אנגעהויבן דעם סדר תהלים כנהוג. צום שלוס האט הרב שלום קויפמאן, משב"ק האדמו"ר מבוהוש, פארגעזאגט דעם קל מלא רחמים, און די קינדער, די יתומים, האבן געזאגט דעם קדיש.


זייענדיג דארט אויפ'ן בית החיים אין גבעתיים, זענען די אדמו"רים שליט"א צוגעגאנגען צו די ציונים הקדושים פון די רוזשינער צדיקים זיך אויסצובעטן א גוט געבענטשט יאר לנו ולכל ישראל.


שפעטער אין טאג איז פארגעקומען א סעודת יארצייט אין שטוב פון דעם נפטר, רבי חיים דוב זצ"ל, לכבוד די יארצייט פון הרה"ק רבי אברהם יהושע העשיל מאדזשור זצ"ל, פון די צדיקים מגזע קודש לבית רוזשין בוהוש, וועלכער האט ליידער נישט איבערגעלאזט קיין זרע של קיימא, און דער חשובער נפטר הרה"צ רבי חיים דוב זצ"ל פלעגט יעדעס יאר אפרעכטן א יארצייט סעודה אין טאג פון זיין יארצייט, און פלעגט עוסק זיין צו פאראייביגן א שם ושארית לאותו צדיק.


די שוואגערס האדמו"רים האבן דארט פארברענגט א לענגערע וויילע אינאיינעם מיט די בני המשפחה בנועם שיח, שמועסנדיג פארשידענע אלטע זכרונות און סיפורי צדיקים.



תגובות


bottom of page