חתנא דבי נשיאה: עצרת הספד אין חצה"ק בוהוש ככלות השבעה צו די פטירה פון הרה"צ ר' חיים דוב האלפרין זצ"ל
- לפני יום אחד (1)
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' חקת בלק • י' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
דעם דינסטאג איז פארגעקומען די צענטראלער עצרת הספד אינעם קלויז הגדול דחסידי בוהוש, ככלות ימי השבעה נאך די הסתלקות לשמי מרום בדמי ימיו פון בנן של קדושים הרה"צ רבי חיים דוב האלפרין זצ"ל, רב ביהמ"ד וואסלוי, זון פון כ"ק אדמו"ר מוואסלוי שליט"א און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א , וואו הונדערטער חסידים האבן זיך פארזאמלט צו באוויינען דעם שווערן בראך וואס האט באטראפן די משפחה הרוממה. בראש המסובים האבן באשיינט די שוואגערס און מחותנים האדמורי"ם שליט"א פון בוהוש און וואסלוי.
צוערשט האט אויפגעטרעטן הגאון רבי דוד פיינשטיין שליט"א ראש כולל בית יהודה, וועלכער האט דערציילט איבער די געוואלדיגע אהבת והתמדת התורה פונעם נפטר זצ"ל, זייענדיג צווישן די חשובע אברכים אין זיין כולל אין די יארן נאך די חתונה. דערנאך האט מען געהערט פייערדיגע דברי חיזוק פון דעם בארימטן משפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב, וועלכער האט אויפגעפלאמט די הערצער זיך צו מחזק זיין און נתעורר ווערן לתשובה ותיקון המעשים נאך אזא שווערן קלאפ.
דערנאך האבן מספיד געווען זיין ברודער הרה"צ רבי משה האלפרין שליט"א מראשי ישיבת ספינקא אין בארא פארק, און זיין שוואגער הרה"צ רבי יהושע העשיל פריעדמאן שליט"א, בן האדמו"ר מבוהוש וועלכע האבן ארויסגעהויבן זיין אויסטערלישע אהבת ישראל און זיין ליבשאפט און מאור פנים צו יעדן איד. נאך די עצרת האבן ביידע אדמורי"ם שליט"א געדאוונט מעריב אינאיינעם ברוב עם אינעם קלויז.


























תגובות