בשיבה טובה ובכתר שם טוב: הרה"ח ר' הערשל מעלצער ע"ה זקן חסידי באבוב נפטר געווארן אין עלטער פון 104 יאר
- לפני 9 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' במדבר • כ''ג אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס צער האבן חסידי באבוב היינט באגלייט למנוחת עולמים דער זקן חסידי באבוב, הרה"ח ר' הערשל מעלצער ע"ה, וואס איז דעם שבת נפטר געווארן אין זעלטענע שיבה טובה עלטער פון 104 יאר.
ר' הערשל איז געבוירן אין קשאנוב אין גאליציע חודש אדר שנת תרפ"ב. זיין טאטן ר' נחום מעלצער ע"ה איז געווען א ראדאמסקער חסיד און צו זיין בר מצוה איז ר' הערשל געפארן תפילין לייגן ביים לעצטן ראדאמסקער רבי זצ"ל. בימי בחרותו איז ער נתקרב געווארן צו א חבורה באבובער חסידים, און האט נאך זוכה געווען לחסות בצל הקודש פון הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב זי"ע הי"ד, און איז נאך געפארן קיין באבוב אויף יו"ט סוכות דאס לעצטע יאר פאר'ן קריג בשנת תרצ"ט.
ביים קריג איז ער אריבער זעקס שווערע יארן, און נאך'ן קריג האט ער זיך מדבק געווען צו מורו ורבו הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זצ"ל, צו וועם ער איז געבליבן מקושר אלע יארן. אין די שפעטערדיגע יארן האט ער זיך מדבק געווען צו בנו יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, און במיוחד אין די לעצטע יארן האט ער מיטגעהאלטן אלעס אין באבוב תמידים כסדרן, עד זקנה ושיבה, קומענדיג יעדן טאג אין ביהמ"ד ביז זיינע לעצטע טעג, אין זיין הויכן עלטער.
דורכאויס אלע יארן — ביז בערך 20 יאר צוריק — פלעגט ער דאווענען פאר'ן עמוד בקביעות פסוקי דזמרה אין ביהמ"ד הגדול באבוב מדי שבת בשבתו. ר' הערשל איז געווען בצלילות הדעת ביז דעם שבת אינדערפרי ווען ער אויסגעהויכט זיין נשמה, אין הויכן עלטער פון 104 יאר.
די לויה איז ארויס היינט זונטאג פארמיטאג פארנט פון ביהמ"ד הגדול באבוב אין בארא פארק, וואו א גרויסער ציבור איז זיך צוזאמגעקומען אפצוגעבן דעם כבוד האחרון. עס האט מספיד געווען הגה"צ דומ"ץ באבוב שליט''א, וועלכער האט ארויסגעברענגט די "חבל על דאבדין", ווען מען געזעגענט זיך פון איינער פון די סאמע לעצטע אידן וואס האט אונז צוגעבונדן צום פריערדיגן דור.
דערנאך האט מספיד געווען כ"ק אדמו"ר מנאוואמינסק שליט"א, וועלכער האט ארויסגעברענגט זיין אמונה פשוטה און דביקות בצדיקים. דערנאך האט זיך געזעגנט אן אייניקל בשם די משפחה, וואס האט בקיצור דערמאנט זיינע לעבנס־יארן, און ספעציעל זיין דביקות אין צדיקי בית באבוב זצ"ל ויבלחט"א כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, מיט א געוואלדיגע אהבה און התבטלות.
דערנאך האט מען מלוה געווען די מטה, ובראש המלווים האט זיך אנגעזען כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, האדמו"רים מקאסוב, אונגוואר און נאוואמינסק. פון בארא פארק איז די מטה געפארן צום באבוב'ער בית החיים, וואו ער איז געברענגט געווארן לקבורה סמוך ונראה צום אוהל אדמו"רי בית באבוב.
ער האט איבערגעלאזט א דור ישרים מבורך. צווישן זיינע חשובע קינדער איז געווען זיין איידעם, הרבני הנגיד הטפסר ר' שלמה אבסטפעלד ע"ה, מגדולי מחזיקי תורה ומעמודי התווך פון מוסדות באבוב.

