top of page
אלפי תלמידי המוסדות אין קרית יואל געבן אפ פאסיגע כבוד האחרון ביי לוי' צוג פון הנגיד ר' ישראל דוב גאלדבערגער ז"ל
מאנטאג פ' משפטים • כ''ב שבט | בחצרות הקודש ארגאנגענעם דינסטאג האבן טויזנטער תלמידים ותלמידות וואס ווערן נתחנך אין די פיר "בניני גאלדבערגער" אינערהאלב די מוסדות הקדושים דחסידי סאטמאר אין קרית יואל אפגעגעבן דעם פאסיגן כבוד האחרון ביי די רירנדע לוי' פון הרבני הנגיד החסיד, בונה ומקים עולנות של תורה מו"ה ר' ישראל דוב גאלדבערגער ז"ל פארנט פונעם גיגאנטישן בנין הת"ת דסאטמאר און ביי די דריי בניני בית רחל אין שטאט וואס זענען נקראת על שמו. פארמיטאג נאך די לוויה פארנט פונעם ביהמ"ד הגדול


100 יאר תורה: קורות ומראות חייו פון הגאון האדיר רבי אליקים שלעזינגער זצ"ל ראש ישיבת הרמה לאנדאן | ביאגראפיע
דאנערשטאג פ' יתרו י"ח שבט | בחצרות הקודש דער עולם התורה האט נעכטן מיטוואך אינדערפרי מיט צער און טרויער אויפגענומען די בשורה קשה פון אייראפע איבער די הסתלקות לשמי מרום פון איינע פון די שרידים לדור דעה ומשיירי כנסת הגדולה, הגאון האדיר רבי אליקים שלעזינגער זצ"ל ראש ישיבה הרמה, וועלכע האט אויסגעהויכעט זיין לויטערע נשמה לבוראו אין א שיבה טובה מופלגת זייענדיג 104 יאר אלט. מיט די הסתלקות פונעם ראש הישיבה זצ"ל איז פון אונז אוועקגעריסן געווארן א שריד לדור אחרון, א בריק וואס האט אונז צ


לייוו: מסע הלוויה פון הגאון הגדול רבי אליקים שלעזינגער זצ"ל ראש ישיבת הרמה לאנדאן
מיטוואך פ' יתרו י"ז שבט | בחצרות הקודש


תורה חגרי שק: זקן ראשי הישיבות הגאון האדיר רבי אליקים שלעזינגער זצ"ל נפטר געווארן אין עלטער פון 104 יאר
מיטוואך פ' יתרו י"ז שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: דודי בראון תורה תורה חגרי שק והתפלשי באפרים, גלה כבוד מישראל, נצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש. א וואלקן פון טרויער האט זיך אראפגעלאזט אויפ'ן עולם התורה און ספעציעל אויפ'ן יהדות החרדית אין אייראפע, הערנדיג די טרויעריגע בשורה אז כבה נר ישראל, דער זקן ראשי הישיבות און שר התורה והיראה, גודר גדר ועומד בפרץ, הגאון האדיר רבי אליקים שלעזינגער זצוק"ל, ראש ישיבת הרמה לאנדאן, איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים אין עלטער פון 104 י


דרכי ציון אבלות: מאסן האבן באגלייט למנוחות כ"ק אדמו"ר מהרי"ד מלעלוב זצוק"ל
מאנטאג פ' יתרו ט"ו שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער, שפ"ה,JDN מאסן אידן חסידים ואנשי מעשה האבן נעכטן באגלייט דעם ארון הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהרי"ד מלעלוב זצוק"ל, וועלכער איז פלוצים נתבקש געווארן לישיבה של מעלה בשעתן זיך טובלען אין מקווה. א קורצע צייט נאך דעם רבינס הסתלקות איז די מטה אריינגעפירט געווארן אין ביהמ"ד לעלוב אויף רחוב צפניה, דער הייליגער ארט וואו דער רבי האט פילע יארן עוסק געווען בעבודת השם און געדינט אלס בעל תוקע אין די הייליגע טעג, וואו די פארזאמלטע


תלמידי וחסידי סאטמאר באוויינען פטירה פון לעגאנדארן בונה ומקים עולמות של תורה הרה"ח ר' ישראל דוב גאלדבערגער ז"ל
מאנטאג פ' יתרו ט"ו שבט | בחצרות הקודש תלמידי וחסידי סאטמאר באוויינען די פטירה פונעם לעגאנדארן נדיב, בונה ומקים עולמות של תורה הרבני החסיד רבי ישראל דוב גאלדבערגער ז"ל פון קרית יואל, וועלכע איז יעצט מאנטאג מיטאג נפטר געווארן לחיי העולם הבא אין עלטער פון 89 יאר. די פטירה פון רבי ישראל דוב לאזט איבער א גרויסע חלל, נאך העכער א יובל יארן וואס ער איז געווען דער תומך, נדיב, טפסר, לכל קדשי בית ישראל, שווערע מיליאנען דאללארן האבן זיך געגאסן פון אים אויפצובויען בנינים אדירים פאר פילע ק


לייוו: מסע הלוויה פון כ"ק אדמו"ר מהרי"ד מלעלוב זצוק"ל אין ירושלים
זונטאג פ' יתרו י"ד שבט | בחצרות הקודש


הצדיק אבד: חסיד'ישע וועלט צוטרייסלט נאך פלוצימ'ער הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר מהרי"ד מלעלוב זצוק"ל
זונטאג יתרו י"ד שבט | בחצרות הקודש נצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש. אן אומבאשרייבליכע טרויער האט זיך אראפגעלאזט אויף די חסידישע וועלט וכל בית ישראל, מיטן הסתלקות לשמי מרום פון כ"ק אדמו"ר מהרי"ד מלעלוב זכר צדיק וקדוש לברכה, וועלכער איז יעצט זטנטאג נאכמיטאג ארויף בסערה השמימה, אין עלטער פון פיר און אכציג יאר , נאך וואס דער רבי האט געליטן פון א ערנסטע סטראוק זייענדיג אין מקוה. דער רבי זצ"ל איז געווען די זעקסטע זון פון הרה"ק המפורסם רבי משה מרדכי מלעלוב זי"ע, און די לעצטע


טרויער נאך פריצייטיגע פטירה פון בנש"ק הרה"צ ר' משה מרדכי ראבינאוויטש ז"ל זון פון האד' מביאלא אוסטרובא
זונטאג פ' בשלח • ז' שבט | בחצרות הקודש מיט טיפן שאק און שוידער איז היינט אויפגענומען געווארן די ביטערע בשורה איבער די טראגישע און פריצייטיגע פטירה פון בנן של קדושים, הרה"צ ר' משה מרדכי ראבינאוויטש ז"ל, בנו בכורו פון כ"ק אדמו"ר מביאלא אוסטרובא שליט"א וועלכער איז פלוצים נפטר געווארן אין בליענדן עלטער פון בלויז 36 יאר. די שרעקליכע טראגעדיע האט פאסירט היינט זונטאג אינדערפרי ווען דער נפטר איז ליידער נישט אויפגעשטאנען פון שלאף, אין זיין שטוב אין די גבעת שאול געגענט אין ירושלים, די


גלה כבוד מישראל: בארא פארק באוויינט הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר מקאסאן זצ"ל פון ניינטע עוועניו
מוצאי שבת פ' בא • ו' שבט | בחצרות הקודש דער שטאט בארא פארק טוט באוויינען די פטירה פון כ"ק אדמו"ר מקאסאן הרה"צ רבי יעקב יהוסף ראטטענבערג זצ"ל, מפארי האדמורי"ם אין שטאט וועלכער איז דעם ערב שבת נסתלק געווארן לשמי מרום אין עלטער פון זיבן און זיבעציג יאר. דער רבי זצ"ל איז געבוירן געווארן בשנת תש"ט אלס בן יחיד צו זיין גרויסן פאטער, כ"ק אדמו"ר רבי אשר ישעי' ראטטענבערג זצ"ל מקאסאן, וועלכער האט באחרית ימיו אנגעפירט זיין הויף אין שטאט בני ברק, א זון פון כ"ק האדמו"ר רבי משה שמואל מקאסאן


האד' מבאיאן באגלייט בראש המלווים ביי טרויעריגע לוי' פון הב' משה לודמיר הי"ו ממצוייני ישיבת באיאן אין מודיעין עילית
מאנטאג פ' בא • א' שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN דעם ערב שבת קודש נאך חצות היום, ווען דער שטאט ירושלים האט זיך געגרייט צו שבת קודש, זענען המוני חסידי באיאן און עמך אידן זיך צונויפגעקומען ביים בית הלוויות שמגר אפצוגעבן דעם לעצטן כבוד ביי די לוויה פון הבחור החשוב משה לודמיר ז"ל, א תלמיד פון די באיאנער ישיבה אין מודיעין עילית וועלכער איז נאך פיר טעג פון אומאויפהערליכע זוכענישן אפגעפונען געווארן ליידער נישט בין החיים נאכדעם וואס ער איז פארשוועמט געווארן אינעם


חסידי גור באוויינען פטירה פון זקן החסידים הרה"ח ר' מענדל בינקה ז"ל לאנגיעריגער גבאי נאמן בחצר הקודש גור
מיטוואך פ' וארא • כ"ה טבת | בחצרות הקודש מיט גרויס צער האבן חסידי גור איבער דער גארער וועלט אויפגענומען די ביטערע בשורה איבער די פטירה פונעם לעגענדארן גבאי און משמש בקודש בחצר הקודש גור, הרה"ח ר' מנחם מענדל בינקה ז"ל, וואס איז יעצט ביינאכט נפטר געווארן אין ירושלים, אין הויכן עלטער פון 94 יאר. ר' מענדל ע"ה איז געווען א זעלטענער סימבאל פון התקשרות און שימוש בקודש, א "עבד נאמן" וועלכער האט געדינט דעם רבי'ן בקודש פנימה מיט אן אומבאשרייבליכער געטריישאפט, אין די זעלבע צייט האט ער ג


טראגעדיע: ווילדע באס דרייווער אראפגעקלאפט און אומגעברענגט ישיבה בחור ביי עצרת מחאה אדירה אין ירושלים
דינסטאג פ' שמות • י"ז טבת | בחצרות הקודש א שוידערליכע אינצידענט האט יעצט פאסירט אין ירושלים עיה"ק בעת די עצרת "קול שוועתם" במעמד רבבות ישראל, ווען א ווילדע אראבישע באס דרייווער איז אין א בארבארישע אקט דורכגעפארן איינס פון די אפגעשפארטע גאסן ביים מקום העצרת, און האט ווילדערהייט אראפגעקלאפט עטליכע פיסגייער אויף די שמגר גאס, איינער פון זיי א חשובע ישיבה בחור וואס איז ליידער אומגעקומען אויפן ארט, די עמערדזשענסי אגענטורן האבן א לענגערע צייט געארבעט ארויסצונעמען דעם נפטר פון אונטער


טרויער נאך פריצייטעגע פטירה פון הגאון החסיד ר' יהודה אריה זילבערשטיין זצ"ל רב דחסידי גור אין בני ברק
פרייטאג פ' ויחי • י''ג טבת | בחצרות הקודש ברוך דיין האמת: מיט פארווייטאגטע געמיטער האבן חסידי גור זיך היינט געזענט פון האי גברא רבא הגאון החסיד רבי יהודה אריה זילבערשטיין זצ"ל רב דחסידי גור אין בני ברק וואס איז נפטר געווארן לבית עולמו אין עלטער פון 67 יאר. ער איז געווען א זון פון הגה"ח ר' זאב זילבערשטיין זצ"ל רב דחסידי גור אין בני ברק, און אן איידעם ביי יבלחט"א הרה"ח רבי שמואל מלבסקי הי"ו מחשובי חסידי גור אין בני ברק. א קורצע צייט נאך זיין חתונה איז ער שוין נסמך געווארן להורא


עבד לעבדי ה': לעגענדארער משב"ק אדמור"י פשעווארסק הרה"ח ר' שמואל ברוך נאה ז"ל נפטר געווארן
דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש בצער רב טוען חסידי פשעווארסק און אידן איבער די גאנצע וועלט באוויינען די פטירה פון הרה"ח המפואר רבי שמואל ברוך נאה ז"ל, דער לעגענדארער משמש בקודש פון אדמור"י בית פשעווארסק פאר קרוב צו א יובל יארן כולן שוין לטובה, וועלכע איז די נאכט נפטר געווארן אין עלטער פון 86 יאר. ר' שמואל ברוך ז"ל איז געבוירן געווארן חנוכה שנת ת"ש אין נאנאש אונגארן צו זיין פאטער הרה"ח רבי חנניה יום טוב ליפא נאה ז"ל, און האט בחסדי השי"ת נאך מצליח געווען זיך ארויסצוראטע


אשת חבר: הרבנית בילא בעק ע"ה אלמנת הגה"צ רבי אברהם צבי בעק זצ"ל גאב"ד מעלבארן נפטר געווארן בשיבה טובה
מוצאי שבת פ' ויגש • ז' טבת | בחצרות הקודש מיט גרויס צער און טרויער איז אויפגענומען געווארן די בשורה איבער די פטירה בשיבה טובה פון הרבנית הצדיקת ממעלבארן, מרת בילא בעק ע"ה, אלמנת הגה"צ המפורסם רבי אברהם צבי בעק זצ"ל גאב"ד מעלבארן אוסטראליע בעל ויצב אברהם, וועלכער איז דעם שבת צופרי נפטר געווארן אין איר שטוב אין מעלבארן אין טיפן עלטער פון ניינציג יאר. די לוי' גייט ארויס מארגן זונטאג 12:00 פארמיטאג לויטן אוסטראלישער זייגער, 8:00 היינט מוצאי שבת לויטן אמעריקאנער זייגער, פון איר שט


ברוך דיין האמת: הרבנית הצדיקת מנובומינסק מרת מרים לאנדינסקי - פערלאוו ע"ה נפטר געווארן בשיבה טובה
פרייטאג פ' מקץ • כ''ט כסלו - ה' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט צער און טרויער איז אנגעקומען די ביטערע בשורה איבער די פטירה פון הרבנית הצדיקת מנובומינסק, מרת מרים לאנדינסקי - פערלאוו ע"ה, אשת חבר בזיווג שני פון כ"ק אדמו"ר מנובומינסק זצ"ל, וועלכער איז די נאכט נפטר געווארן בשיבה טובה אין עלטער פון 90 יאר. די רעבעצין ע"ה איז געבוירן געווארן אין שיקאגא צו איר פאטער כ"ק אדמו"ר רבי אברהם אייכנשטיין זצ"ל מזידיטשוב שיקאגא, א זון פון הרה"ק רבי יהושע העשיל זי"ע, א אייניקל בן אחר בן פו


אנשי 'חסד' נאספו: נפטר געווארן הרה"ח בנש"ק ר' חנני' סיני דוד (חסד) הלברשטאם ז"ל; משב"ק הרה"ק מליובאוויטש זצ"ל
דינסטאג פ' וישב • י"ט כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די רייען פון חסידי חב"ד אלוועלטליך ווערט מיט צער און טרויער אויפגענומען די בשורה מרה איבער די פריצייטיגע פטירה פונעם לאנגיעריגן און בארימטן משב"ק פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מליובאוויטש זצ"ל, הרה"ח בנש"ק מגזע אראלים ותרשישים רבי חנני' סיני דוד הלברשטאם ז"ל, וועלכער איז נפטר געווארן אין עלטער פון 74 יאר נאכ'ן נישט זיין געזונט די לעצטערע תקופה. ר' חנני' סיני דוד, באקאנט ביי חסידי חב"ד אלס "ר' חסד הלברשטאם", איז נפטר געווארן בהאי יומא


ויעקב הלך לדרכו: פילע הונדערטער ביי לויות פון הגה"צ רבי יעקב סופר זצ"ל אבד"ק ערלוי ביתר
דאנערשטאג פ' וישלח • י''ד כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטר הונדערטער מלוים האבן דעם דינסטאג באגלייט למנוחות עולמים הגה''צ אבד"ק ערלוי ביתר זצ"ל, וועלכע איז נפטר געווארן באשמורת הבוקר אין עלטער פון 77 יאר, צום טיפן צער פון די בני משפחה און צום גרויסן ווייטאג פון אידן אומעטום און די עדה הקדושה תלמידי וחסידי ערלוי. קורצליך נאך די פטירה איז דער מיטה אריינגעפירט געווארן אין ביהמ"ד ערלוי אויף די התעוררות תשובה גאס אין ביתר, וואו פילע תלמידים האבן ארומגענומען דע


חסידי ערלוי באוויינען פריצייטיגע הסתלקות פון הגה“צ חסידא ופרישא רבי יעקב סופר זצ"ל אבד"ק ערלוי ביתר
מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס צער און טרויער איז יעצט פארשפרייט געווארן די שווערע בשורה איבער די פטירה פון האי גאון וצדיק מפורסם, חסידא ופרישא, הגה"צ רבי יעקב סופר אבד"ק ערלוי אין ביתר, זכר צדיק לברכה וועלכע איז נסתלק געווארן לחיי העולם הבא אין עלטער פון זיבן און זיבעציג יאר, לדאבון לב כל בית ישראל. דער רב זצ"ל איז געבוירן געווארן אין יאר תש"ח אלס דער צווייטער זון פון כ"ק אדמו"ר בעל אמרי סופר מערלוי זצוק"ל אין ערלוי - אונגארן, וואו זיין גרויסן פאט


bottom of page
