top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בד"ה: נפטר געווארן הרבנית בריינדל לאה כהנא ע"ה מזידיטשוב ספינקא; טאכטער פון האדמו"ר מטשאקאווא זצ"ל

  • לפני שעה (1)
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' טהרה • כ"ט ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

ברוך דיין האמת: פון ירושלים עיר הקודש קומט אן די בשורה קשה איבער די פטירה פון הרבנית הצדקנית מרת בריינדל לאה כהנא ע"ה, אלמנת כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב ספינקא הרה"צ רבי צבי הירש כהנא זצ"ל, און טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מטשאקווא זצ"ל בעל דברי נפתלי, וואס איז נפטר געווארן נאכן מיטמאכן שווערע יסורים ומכאובים, אין עלטער פון בלויז 65 יאר.


די נפטרת איז געבוירן געווארן אין ירושלים אלס דער צווייטער קינד צו איר פאטער די טשאקאווא רבי, יושב ראש ועד הכשרות פון די עדה החרדית וועלכע איז נסתלק געווארן אין יאר תשפ"ב. בהגיעה לפירקה האט זי חתונה געהאט מיט איר חשובער מאן האדמו"ר מזידיטשוב ספינקא זצ"ל וואס איז ליידער אוועקגעריסן געווארן בדמי ימיו אין יאר תשע"ה.


די רעבעצין האט צענדליגע יארן מדריך געווען כלות, און אזוי ארום אוועקגעשטעלט טויזענטער ערליכע אידישע שטובער על דרך ישראל סבא. זי איז געווען באקאנט מיט איר גוט הארץ און אוזן קשבת פאר יעדן צובראכענער איד און במיוחד איז די נפטרת געווען אויסגעצייכענט מיט אירע כיבוד אב, שטייענדיג לימין אביה דער טשאקאווא רבי, ובפרט אין זיינע לעצטע יארן ווען ער איז נתאלמן געווארן פון זיין רעבעצען ע"ה האט זיך די נפטרת אפגעגעבן מיט די שטוב ווירטשאפט און אלעס ארום כדי דער רבי זאל קענען אנגיין מיט זיין עבודת הקודש.


די לעצטע תקופה האט זי געליטן אויף די לונגען וואס האט גורם געווען גאר שווערע יסורים ל"ע וואס איז האט אלץ מקבל געווען באהבה, און היינט מיטוואך אינדערפרי האט זי אויסגעהויכט איר נשמה במעמד פון די בני המשפחה.


די רעבעצען לאזט איבער נאך זיך א הערליכע דור, איר צוויי זין הרה"צ רבי יעקב שלמה כהנא האדמו"ר מזידיטשוב ספינקא, הרה"צ רבי יוסף מאיר כהנא האדמו"ר מטשאקאווא בית שמש, און פילע אייניקלעך און אור אייניקלעך זרע ברך ה'.


די לוויה גייט ארויס היינט 2:00 נאכמיטאג פון בית הלוויות שמגר אין ירושלים, אויפן וועג צום הר הזיתים וואו די רעבעצען ע"ה וועט קומען לקבורה אויפן ספינקא חלקה נעבן איר מאן כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב ספינקא זצ"ל.


ת.נ.צ.ב.ה.



תגובות


bottom of page