טרויער בעולם החסידות נאך הסתלקות לשמי מרום פון כ"ק אדמו"ר מאסטראוו קאלושין זצ"ל
- 6 במרץ
- זמן קריאה 4 דקות
פרייטאג פ' כי תשא • י"ז אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס צער און טיפן טרויער ווערט אויפגענומען די שווערע בשורה על סילוקו של צדיק, מזקני וחשובי האדמורי"ם אין אמעריקא, חסידא ופרישא פאר מקדושים, כ"ק אדמו"ר מאוסטראוו קאלושין הגה"צ רבי דוד שפיגל זצ"ל פון סידערהויסט, וועלכע האט יעצט אינדערפרי משיב געווען נשמתו הטהורה ליוצרה אין עלטער פון ניינציג יאר.
דער רבי זצ"ל איז געבוירן געווארן כ"ב אייר תרצ"ו אויפן אמעריקאנער באדן אין בראנקס, אלס דער בן זקונים צו זיין גרויסן טאטן הרה"צ רבי פנחס אליהו שפיגל זצ"ל, דער אוסטראוו קאלושינער רבי, וועלכע האט געצויגן זיין יחוס, צו די פוילישע צדיקים, לבית אוסטראוו קאלושין, בן אחר בן ביז צום הייליגן "רוקח", און אן אייניקל פון הייליגן "חוזה מלובלין" זי"ע, הרה"ק רבי מרדכי דוד מדאמבראווא זי"ע און נאך פילע קדושי עליון.
אין זיינע בחורישע יארן האט ער זיך משלים געווען בתורה ויראה אין ישיבת "תורה ודעת" ביי זיין רבי'ן הגאון רבי אברהם יעקב פאם זצ"ל וואס האט אים גאר שטארק מחבב געווען און אים אויך מסמיך געווען להוראה.
נאכדעם איז ער ווייטער געשטיגן אין די לעיקוואדער ישיבה וואו ער איז געווען א תלמיד מובהק פון הגאון האדיר רבי אהרן קאטלער זצ"ל, צו וועמען דער רבי איז געווען צוגעבינדן בכל נימי נפשו און אים משמש געווען בנאמנות. דער ראש הישיבה רבי אהרן האט זיך אויסגעדרוקט אויף אים גדולות ונצורות, אויף אזוי ווייט אז ביי זיין חתונה האט דער ראש הישיבה רבי אהרן ז"ל אין א זעלטענעם פאל געהייסן אז מען זאל צושרייבן אין דער כתובה דעם טיטל "הרב" אויפן חתן.
בשנת תשכ"ב האט דער רבי חתונה געהאט מיט זיין חשובן רעבעצין ע"ה, וואס איז געווען די עלטסטע טאכטער פון הרה"ק בעל "אמונת אברהם" מפיטסבורג זי"ע, אין וועם דער רבי איז כל ימיו געווען אדק ומקושר און האט זיך מבטל געווען צו אים מיט גרויס הכנעה, כמים פנים לפנים האט אים זיין שווער דער פיטסבורגער רבי ארויסגעוויזן גרויס ליבשאפט און הערצה, און זיי פלעגן זיך שטענדיג מפלפל זיין אין לערנען. באזונדער האט דער רבי זיך מסתופף געווען בצל כנפם פון זיינע גרויסע זיידעס הרה"ק בעל צדקת יוסף מפיטסבורג זי"ע און הרה"ק רבי איתמר מנדבורנא זי"ע.
נאך זיין חתונה האט דער רבי געדינט אלס מרביץ תורה אין ישיבת פאראקאוועי און אין די בארימטע ישיבת "תורה תמימה" אין פלעטבוש, ביז אין יאר תש"ל ווען ער איז גערופן געווארן דורך זיין שוואגער הגאון רבי בנימין קאמינעצקי זצ"ל אויפצושטעלן א חסידישן ביהמ"ד אין סידערהויסט אין די פייוו טאונס, וואס איז אין יענע יארן געווען ווייט פון א חסידישן ישוב, דער רבי און די רעבעצין ע"ה האבן דארט אויפגעשטעלט א שטוב וואס איז געווען אפן פאר יעדן איד, און אריינגעברענגט א חסידישן אטמאספערע אינעם גאנצן ארום. מיט זיין אהבת ישראל האט ער מקרב געווען טויזנטער אידן לאביהם שבשמים. אויך נאך זיין טאטנס פטירה בשנת תשמ"ד ווען ער האט אנגעפירט באדמורו"ת האט ער ממשיך געווען זיין הייליגע ארבעט מקרב צו זיין אידישע קינדער לאביהם שבשמים. דערצו איז דער רבי געווען באקאנט אלס א מתמיד עצום וואס האט זיך ממית זיין באוהלה של תורה מבוקר ועד ערב, אין צוגאב איז ער געווען א בעל תפילה יחיד במינה.
פאר גאנצע פינף און פופציג יאר כולן שוין לטובה ער האט באדינט בני קהילתו דארט אין סידערהויסט מיט א געוואלדיגע געטריישאפט, ביז די לעצטע תקופה ווען דער רבי איז ליידער געווארן נישט געזונט און זיין מצב האט זיך פארערגערט ביז היינט ערב שבת קודש ווען ער האט צוריקגעגעבן נשמתו הטהורה ליוצרה במעמד בני משפחתו, לדאבון לב תלמידיו חסידיו ומעריציו וכל בית ישראל.
דער רבי זצ"ל לאזט איבער א דור ישרים יבורך, אויסגערופענע תלמידי חכמים ומרביצי תורה, קינדער אייניקלעך, שלשים רבעים וגם חמישים, צווישן זיינע חשובע אייניקלעך ציילט זיך כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א וועלכע פירט זעלבסט אן עדה גדולה וקדושה בישראל.
די קינדער פונעם רבי'ן זצ"ל, זענען בנו הגה"צ רבי נפתלי ארי' שפיגל אבד"ק אוסטראוו קאלושין ירושלים איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מטאלנא שליט"א, און בנו הרה"צ רבי יוסף שפיגל רב הצעיר אוסטראוו קאלושין אין איידעם ביי הרה"ג רבי שמואל לודמיר שליט"א אבד"ק פרעשבורג לאנדאן.
צווישן די איידעמער ציילן זיך: הגה"צ רבי אשר חיים שטערנבוך שליט"א, אבד"ק אהל יעקב אין אנטווערפן, א זון פון הגה"צ ראב"ד אנטווערפן זצ"ל, כ"ק אדמו"ר מבאסטאן בארא פארק שליט"א זון פון כ"ק אדמו"ר מבאסטאן בית שמש זצ"ל, הרה"ג רבי שמואל ברוך בראנדוויין שליט"א, א זון פון הגה"צ רבי יצחק בראנדוויין שליט"א מסטרעטין, הרה"צ רבי משה היילפערין שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מוואסלוי שליט"א, הרה"ג רבי נפתלי צבי ווייטץ שליט"א, רב פון ביהמ"ד אשי ישראל וואדמיר, אן אייניקל פונעם "קדושת ציון" פון באבוב זי"ע, הרה"ג רבי יצחק הערשקאוויטש שליט"א, א זון פון הגאון רבי דוד הערשקאוויטש שליט"א רב ביהמ"ד אוהל אהרן בני ברק, הרה"ג רבי יהודה אלכסנדר גליק שליט"א, רב פון קהל חסידים אין לאורענס, המשפיע הגה"ח רבי אהרן וויינבערג שליט"א, א זון פון הרה"ג רבי יהודה נח וויינבערג אבד"ק סלאנים בארא פארק.
בחייו האט דער רבי זצ"ל ליידער פארלוירן צוויי איידעמער הגה"צ רבי אפרים זלמן שטיינווארצל זצ"ל, א זון פון הגה"צ רבי משה דוד זצ"ל ראש ישיבת באבוב, און הגה"צ רבי יוסף דוד ניישלאס זצ"ל, אבד"ק אגודת אחים לעיקוואד, זון פון הגה"צ רבי יעקב ניישלאס מסערדעהאלי.
דורכאויס די יארן האט זיך דער רבי משדך געווען מיט גדולי הדור אדמורי"ם ורבנים, צווישן זיי האדמורי"ם מסקווירא, סלונים, באיאן, באבוב 45, ערלוי, טשערנאביל, ראחמיסטריווקא פון לעיקוואד, מאנסי און לינדען, שאץ וויזניץ, גארליץ, נייטרא, באסטאן, ווילעיפאלי, זוועהיל ירושלים, גאב"ד טענקא, גאב"ד לאנדאן און נאך פיל. דער מסע הלוויה גייט ארויס היינט 10:30 פארמיטאג פון בית מדרשו אויך די בראדוועי גאס אין סידערהויסט אויפן וועג צום בית החיים בית ישראל אין ניו דזשערזסי וואו דער רבי זצ"ל וועט קומען למנוחת עולמים בחלקת אבותיו הקדושים.
וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף השם



























תגובות