top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ספרא דמלכא: הגה"ח הישיש ר' נפתלי לעבאוויטש ז"ל כותב התורות ביי הרה"ק מסאטמאר זי"ע נפטר געווארן בשיבה טובה

  • לפני שעתיים (2)
  • זמן קריאה 3 דקות

דינסטאג פ' צו • י''ג ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם היינטיגן דינסטאג יום בדיקת חמץ האבן תלמידי וחסידי סאטמאר באגלייט למנוחת העולמים איינס פון סאטמארס שענסטע פני העדה ה"ה הגאון החסיד הישיש בנש"ק רבי נפתלי לעבאוויטש ז"ל, תורה שרייבער פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, וואס איז נעכטן אויפדערנאכט נפטר געווארן לחיי העולם הבא אין עלטער פון 92 יאר.


מיט די פטירה פון רבי נפתלי ז"ל ווערט איבערגעריסן א בריק צום אמאל, א דמות פון א פארצייטישע איד, א איד וואס האט זוכה געווען ליצוק מים על ידיו פון גדולים וקדושים זי"ע, א איד וועלכע איז געווען דער ראשון למקראי קודש אפצושרייבן די דברי אלקים חיים די תורות פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע על אדמת אמעריקא, וממנה יסד וממנה פינה וואס בזכותו זענען היינט פארהאן טויזענטער חיבורים און אפגעשריבענע תורות פונעם סאטמארער רבי'ן, סיי וואס דער נפטר ז"ל זעלבסט האט אפגעשריבן, סיי וואס אנדערע האבן ווייטער ממשיך געווען וואס איז געקומען אדאנק זיין התחלה אין די בראשית יארן.


דער נפטר ז"ל איז געבוירן געווארן חודש חשון שנת תרצ"ה איז שטאט האלאש אונגארין, צו זיין פאטער הרה"ח ר' ברוך יהודה לעבאוויטש ז"ל שו"ב און זיין מוטער ע"ה וואס איז געווען א טאכטער פון הגה"צ המפורסם רבי שרגא שמואל שניצלער זצ"ל אבד"ק טשאבא. בשנת תשי"א עטליכע יאר נאכן ביטערן וועלט מלחמה איז די משפחה אנגעקומען על אדמת אמעריקא און זיך באזעצט אין שטאט וויליאמסבורג, ווי ר' נפתלי האט געוואוינט עד יומו האחרון.


קורצליך נאכן אנקום קיין אמעריקא איז ער ליידער נתייתם געווארן פון זיין טאטן, זייענדיג א יונג בחור'ל פון 16 יאר אלט.


זייענדיג א יונגע יתום ל"ע האט אים דער אבוהון ולבן של ישראל הרה"ק מסאטמאר זי"ע געוויזן א אפן טיר בכל עת מצוא, און רבי נפתלי האט דאן אנגעקניפט א קשר אמיץ וחזק מיט זיין גרויסן רבי'ן, און זיך מחזק געווען אין זיין שווערע לאגע דורך זיין דביקות אינעם רבי'ן בכל עת ועידן, וכמים פנים לפנים האט אים דער רבי זי"ע ארויסגעוויזן א אומבאגרייפליכע אהבה והערצה אין א יעדע געלגענהייט.


דער נפטר ז"ל האט געהאט א באזונדערע חוש פון אויפכאפן דעם רבי'נס תורות בשלימות, און שטענדיג געלעבט דערמיט ארויסנעמענדיג די דברי דרוש וחיזוק, און ווען ער האט זיך דערעזען אז עס הערשט א חלל פון דרוקן דעם רבינ'ס תורות, איז ער געווען דער ערשטער וואס האט געהעריג אפגעשריבן דעם רבינ'ס תורות, מיט די הילף פון נאך עטליכע חברים, און ער האט זוכה געווען ארויסצוגעבן די ערשטע בענדער חידושי תורה פון דעם רבינ'ס תורות במשך עטליכע יארן.


הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט גאר שטארק הנאה געהאט פון זיינע ווערק, און האט אים געשריבן א זעלטענע מכתב המלצה שרייבענדיג אויף אים די לשון הפסוק ביי ברכת יעקב אבינו "נפתלי שבע רצון", און דער רבי האט צוגעענדיגט דעם בריוו מיטן זעלבן לשון הפסוק "ומלא ברכת ה'".


בהגיע לפרקו איז ער געווארן א איידעם ביי זיין פעטער הרה"ג ר' מענדל וואלף מיללער ז"ל וואס איז געווען אן איידעם ביים טשאבא רב, און ער האט זוכה געווען אויפצושטעלן א הערליכן דור בני שלשים ורבעים ההולכים בדרך ישראל סבא.


דער נפטר ז"ל האט זיך שטענדיג געהאלטן אלס א ענוותן ושפל ברך, נישט פארלאנגענדיג קיין שום אויפמערקזאמקייט, א אוהב לשמים ונחמד לבריות, געווען באקאנט אלס איינער וואס האט זיך אראפגעלאזט צו א יעדעם איינעם צוגלייך, אפגעזען זיין שטאנד אדער עלטער, און ער האט געגריסט א יעדן פארבייגייער בצהלת פנים.


מצד אחד איז ער געווען א איד וואס האט עוסק געווען על המחי' ועל הכלכלה, אבער דאס איז געווען ביי אים בלויז א טפל, ווען מצד שני האט ער אין א יעדע פרייע מינוט עוסק געווען בתורה, וואס זיין אנוועזנד האט געטראגן מיט זיך א געהויבענע געשטאלט ארויסברעגענדיג אז ער איז א איש מורם מעם דבוק בה' ובתורתו הקדושה.


במשך ימי חייו האט ער מחבר געווען די ספרי "אמרי בינה" זיינע טיפזיניגע חידושי תורה על התורה ומועדים, אזוי אויך א ספר אויפן אידישן שפראך "נפלאותיך אשיחה" ווי ער שילדערט זיינע גאלדענע זכרונות בהלו נרו על ראשינו פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, און עקסטער איבער זיין משפחה היסטאריע.


נאכן פטירה פון רבו הגדול הרה"ק מסאטמאר זי"ע, האט ער זיך ווייטער מסתופף געווען בצלו פון מ"מ כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל הברך משה מסאטמאר זי"ע.


דער נפטר ז"ל לאזט איבער א דור ישרים מבורך בני שלשים ורבעים, אזוי אויך זיין איינציג ברודער אשר חיים אתנו כ"ק אדמו"ר מניקלשבורג שליט"א פון מאנסי, און די איבריגע ברודער אשר נשמתם עדן הגה"צ רבי מענדל לעבאוויטש זצ"ל מהאלאש לאנדאן, הרה"ח ר' ברוך מרדכי לעבאוויטש ז"ל, הרה"ח ר' אליעזר דוד לעבאוויטש ז"ל, און גיסו כ"ק אדמו"ר מבישטינא זצ"ל.


די לוי' איז ארויס היינט אינדערפרי פון ביהמ"ד בית יוסף צבי דושינסקיא אין וויליאמסבורג, דארט ווי דער נפטר ז"ל האט זיך קובע מקום געווען לתורה ולתפלה במשך די לעצטערע יארן, ויבכו אותו כל ישראל, דערנאך די מיטה געפארן קיין קרית יואל, מיט אן אפשטעל אין מאנסי ביים ביהמ"ד הגדול ניקשלבורג. ער איז געקומען לקבורה אינעם אלטן בית החיים אין קרית יואל סמוך ונראה צו מקום מנוחת קדשו פון רבו הרה"ק מסאטמאר זי"ע.



תגובות


bottom of page