איש חסיד היה: אנטווערפן באוויינט פטירה פון הרה"ח המפו' מוה"ר אליעזר ליפשיץ ז"ל מקורב ביי צדיקי בית פשעווארסק
- לפני כמה שניות
- זמן קריאה 3 דקות
מיטוואך פ' ויקהל פקודי • כ''ב אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

ברוך דיין האמת, די חרדישע אנטווערפן און בפרט חצר הקודש פשעווארסק האט היינט געליטן א שווערן פארלוסט מיט די פטירה פון איינעם פון די פארי ופני העדה, הרה"ח המפואר ר' אליעזר ליפשיץ ז"ל, וועלכער האט אויסגעהויכט זיין נשמה אין עלטער פון צוויי און זיבעציג יאר, צום באדויער פון די גאנצע קהלה אין שטאט.
דער נפטר ז"ל איז געבוירן געווארן אין אנטווערפן צו זיין טאטן הרה"ח ר' שמעון ליפשיץ ז"ל וועלכער האט געשטאמט פון דורי דורות ראזוואדובער און סטיטשינער חסידים.
זיין טאטן ר' שמעון ז"ל איז געווען שטארק נאנט ביי הרה"ק רבי איציקל מפשעווארסק זי"ע נאך אינדערהיים אין גאליציע. שפעטע ווען רבי איציקל איז אנגעקומען קיין אנטווערפן בשנת תשי"ז איז ער געווען צווישן די עשרה ראשונים מייסדי הביהמ"ד, און ר' אליעזר ז"ל האט שוין אלס קליין קינד זוכה געווען זיך צו ווייקן אין ביהמ"ד, און דארט געדאווענט אלע תפילות אנגעהויבן ביים ערשטן שבת ועד יומו האחרון מיט א קביעות.
אין זיין יוגנט האט ר' אליעזר געלערנט אין ישיבת ווילרייק אין אנטווערפן, שפעטער האט ער גולה געווען למקום תורה קיין ארץ ישראל אין די פאנאוויטשער ישיבה, וואו האט ער באקומען היתר הוראה פונעם גאון מפורסם רבי יהושע מענדל ערנבערג זצ"ל רב פון תל אביב ומח"ס דבר יהושע.
בהגיעו לפרקו איז ער אויסגעקליבן געווארן דורך הרב ערנבערג אלס א חתן ביי זיין איידעם, הרה"ח ר' אברהם חנוך אבראמאוויטש ז"ל וועלכער איז נישט לאנג צוריק נפטר געווארן, א זון פונעם שלוחא דרבנן און געוועזענער חבר הכנסת הרב יהודה מאיר אבראמאוויטש ז"ל.
א קורצע תקופה נאך זיין חתונה, האט ער זיך צוריקגעצויגן קיין אנטווערפן, צו שטיין לימינו פון זיין פאטער, נאך די פריצייטיגע פטירה פון זיין מוטער ע"ה, וואו ער האט מקיים געווען מצות כיבוד אב מיט א אויסטערלישע מסירות נפש, דורכאויס אלע יארן.
ר' אליעזר ז"ל איז געווען א מוסטער פון א פארצייטישע חסיד'ישער איד, ער איז געווען פעלזן פעסט ביי זיך נישט צו טוישן קיין שום מנהג אדער מסורה וואס ער האט געזען ביי זיינע עלטערן. באזונדער איז ער געווען באקאנט מיט זיין באשיידענע צדקה וחסד בפרט פאר יתומים און אלמנות.
ער איז געווען א פייערדיגער סטיטשינער חסיד, אין זיינע יונגע יארן פלעג ער פארן זיך מסתופף זיין ביי הרה"ק רבי יודא מסטיטשין זי"ע וועלכער האט אים ספעציעל מקרב געווען, און שפעטער האט ער זיך מבטל געווען כעבדיה קמיה מאריה צו יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מסטיטשין שליט"א, וועלכער פלעג מיטהאלטן אלע זיינע שמחות אין אנטווערפן און איז נאך לעצטענס ספעציעל געפארן מבקר חולה זיין ר' אליעזר ע"ה.
דאס זעלבע איז געווען זיין התקשרות צו בית פשעווארסק, אנגעהויבן ביי הרה"ק ר' איציקל מפשעווארסק זי"ע וועלכער האט זיך אויסגעדרוקט אויף אים אלס יונגל "אליעזר עבד אברהם", שפעטער איז ער געווען שטארק מקורב ביי הרה"ק רבי יענקעלע זי"ע מיט וועמען ער האט זוכה געווען צו לערנען בחברותא שו"ע יורה דעה עטליכע חדשים פאר זיין חתונה, און במיוחד איז געווען זיין התקשרות צו יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א וואס האט אים שטענדיג ארויסגעוויזן א חיבה יתירה, און אין די לעצטע צייטן האט זיך דער רבי טעגליך נאכגעפרעגט מיט זארג איבער זיין געזונט צושטאנד.
ער האט זוכה געווען איבערצולאזן א דור ישרים מבורך, בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות, מגידי שיעור און מרביצי תורה, צווישן זיינע קינדער ציילן זיך די זין הרב יהושע מענדל ליפשיץ, הרב משה ליפשיץ מראשי ק"ק פשעווארסק אין לאנדאן, הרב נפתלי ליפשיץ מנאמני ביתו פון כ"ק אדמו"ר מסטיטשין שליט"א, הרב שמעון ליפשיץ ראש חבורה אין כולל עיון דבאבוב, הרב יצחק ליפשיץ ראש כולל סאסרעגן איידעם פון הנגיד החסיד רבי שמואל זאנוויל שארף הי"ו. זיינע איידעמער, הרבני הנגיד רבי מנחם מענדל רייך הי"ו מחשובי חסידי צאנז אין פתח תקווה, הרה"ג ר' יצחק מאיר שטערנבוך ר"מ בישיבת מיר, הרה"ג ר' ישראל יששכר לעוו ראש כולל ומרביץ תורה באנטווערפן זון פון הגה"צ ר' שמעיה ' לעוו דומ"ץ סאטמאר לאנדאן, און הרב יחיאל יהושע ראבינאוויטש זון פון כ"ק אדמו"ר מביאלא פשיסחא הר נוף שליט"א.
די לוויה וועט ארויסגיין היינט נאכמיטאג פונעם בנין הקהלה מחזיקי הדת און שפעטער ביים ביהמ"ד דחסידי פשעווארסק. צוליב די מלחמה אומשטענדן אין ארץ ישראל וועט ער קומען לקבורה אויפן בית החיים אין פיטע האללאנד נעבן קברי רבותיו צדיקי בית פשעווארסק.
יהא זכרו ברוך.














תגובות