top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מגור באזוכט אין אשדוד נאך עטליכע יאר צוליב לוויה פון אשת גיסו הגה"ח ר' דוב ווייץ שליט"א

  • לפני 3 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' צו • ה' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

פארלאפאנעם וואך מיטוואך נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א ארויסגעפארן פון מעון קדשו אין ירושלים אויפן וועג קיין אשדוד, זיך צו באטייליגן ביי די לויה פונעם שוועגירן מרת ווייץ ע"ה אשת גיסו הרב החסיד ר' דוב ווייץ שליט"א.


אנקומענדיג אין שטאט איז דער רבי ארויף צום שטוב פון גיסו הרב דוב ווייץ, ווי דער רבי איז געשטאנען אויף די טעראסע און מיטגעהאלטן די הספדים וואס זענען געזאגט געווארן דארט אויפן פארטש. צווישן די מספידים האט אויך אויפגעטראטן מיט דברי הספד דעם רבינ'ס זון הרה"צ ר' נחמי' אלתר שליט"א בשבחה פון די נפטרת.


נאכן לויה איז דער רבי אריין אין שטוב פונעם שוואגער, ווי דער רבי האט אויפגענומען עטליכע געסט וואס זענען געקומען צו פארן פון אמעריקא. אויך זענען אריין צום רבי'ן הגה''צ רבי שמואל דוד גראס רב חסידי גור אשדוד און הגאון רבי משה שמידע ראש ישיבת גראדנע אין שטאט.


שפעטער האט דער רבי געדאווענט מעריב און די אכסניא און דערנאך מנחם געווען די אבלים א משך זמן און זיך צוריקגעקערט למעון קדשו אין ירושלים.



תגובות


bottom of page