top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גלה כבוד מישראל: הגה"צ רבי אשר גרינפעלד זצ"ל אבד"ק וויזניץ מאנטריאל נפטר געווארן אין עלטער פון 82 יאר

  • 25 בפבר׳
  • זמן קריאה 3 דקות

דינסטאג פ' תצוה • ז' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יוהשע פרוכטער

א שווערער פארלוסט האט היינט באטראפן חסידי וויזניץ און בפרט דעם היימישן אידנטום אין שטאט מאנטריאל, על שמועה כי בא מיט דער הסתלקות פון חסידא ופרישא הגאון הצדיק המפורסם רבי אשר גרינפעלד זצ"ל, רב חסידי וויזניץ אין מאנטריאל, וועלכער איז נתבקש געווארן לישיבה של מעלה אין עלטער פון צוויי און אכציג יאר, שליסנדיג א רייכן קאפיטל פון תורה, עבודה און גמילות חסדים.


דער רב זצ"ל איז געבוירן געווארן אין דער שווייץ בשנת תש"ד צו זיין פאטער הרה"ח ר' ברוך גרינפעלד ז"ל, אן אויבערלענדישער איד וועלכער האט געצויגן א הערליכן יחוס בן אחר בן צו הגה"ק בעל מגן שאול מליטשיק זי"ע, און איז געווען שטארק אדוק ומקושר צו די ספינקא צדיקים לדורותיהם. 


דער רב ז"ל האט אנגעקניפט א נאנטן קשר מיט הרה"ק בעל אמרי חיים מוויזניץ זי"ע, שוין אלס קליין קינד ווען ער האט זוכה געווען להסתופף בצל כנפיו און זיצן אויף זיין שויס ווען דער אמרי חיים איז איינגעשטאנען ביי זיי אין אינדערהיים אין שווייץ, און האט פון דעמאלט אן גענאסן ביי אים א קירבה יתירה.


אין זיינע בחורישע יארן איז ער ארויפגעקומען לערנען קיין ארץ ישראל אין דער בארימטער ישיבת "חכמי לובלין" אין בני ברק, וואו ער איז געווארן איינער פון די סאמע חשובסטע תלמידים פונעם פוסק הדור הגה"ק בעל 'שבט הלוי זצ"ל, וועלכער האט געזען אין אים א גאלדענע עתיד מיט זיינע געבענטשטע כשרונות און גדלות בתורה. אין יענע יארן האט ער זיך מסתופף געווען בצל קדשו פונעם הייליגן אמרי חיים זי"ע און זיך מדבק געווען אין אים בכל נימי נפשו; באזונדער איז ער שוין דעמאלט געווען ספעציעל מקושר אין בנו הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זי"ע, וואס האט געדינט אלס רב פון שיכון וויזניץ. 


בהגיעו לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט זיין אשת חבר, א טאכטער פון הרה"ח ר' יצחק ישכר וויזל ז"ל, און האט זיך באזעצט אין בני ברק, וואו ער האט אין די בראשית יארן געדינט אלס מגיד שיעור אין ישיבת חוג חתם סופר, וואו ער האט מרביץ געווען תורה ויראה פאר הונדערטער תלמידים. שפעטער האט אים דער רבי, דער ישועות משה, געשטעלט אין שפיץ פון דער ישיבה "חיים מאירים" אלס טייל פונעם "התאחדות התלמידים", וואו ער האט מיט זיין הפלא'דיגן שפראך און ווארעמען הארץ מקרב געווען פילע נשמות לאור החסידות.


אין יאר תשמ"ו, האט דער 'ישועות משה' אים געשיקט צום ווייטן מאנטריאל, אויפצולעבן די דעמאלט-ניי געגרינדעטע וויזניצער קהילה. מיט אן אויסערגעווענליכער מסירות נפש און התבטלות גמורה, האט ער פארלאזט זיין היים און ארויסגעפארן קיין מאנטריאל, די ערשטע תקופה אן זיין משפחה. דארט אין מאנטריאל האט ער אויפגעשטעלט דעם "כולל" וואס איז געווארן א צענטער פון תורה און חסידות אין שטאט, און ער האט דארט מרביץ תורה געווען קרוב צו פערציג יאר. ער איז אלע יארן געשטאנען בראש העדה הקדושה מיט א חכמה נפלאה און עין טובה, ער איז נישט בלויז געווען א רב, נאר א געטרייע פאטער פאר יעדן יחיד, וואס האט מיט זיין שמייכל און גוט ווארט באגלייט און מדריך געווען אלע בני הקהילה און פילע תושבי העיר.


דער רב זצ"ל איז געווען ברייט באקאנט אלס א פה מפיק מרגליות, און איז געווען דער ראש המדברים בכל מקום ביי אלע גרויסע מעמדים פון חסידי וויזניץ איבער דער גארער וועלט און ביי נאך גרויסע אלטוועלטליכע מעמדים. שמו הטוב הלך לפניו מיט זיינע הפלא'דיגע דרשות. דער רב זצ"ל איז געווען אן איש חסד וואס האט זיך גארנישט אפגעשטעלט פאר א צווייטן איד; ווי עס ווערט דערציילט, האט ער אפילו פארמשכונ'ט זיין אייגענעם הויז כדי צו קענען באצאלן די געהאלט פאר די כולל יונגעלייט און ארויסהעלפן נויטבאדערפיגע משפחות אין שווערע צייטן. ער פלעגט טיילן צדקות מתן בסתר פאר אלמנות און יתומים, און אנפירן מיטן קמחא דפסחא, אלעס באשיידן און באהאלטן.


דורכאויס אלע יארן האט ווייטער אנגעהאלטן זיין טיפע התבטלות און הכנעה צו זיינע גרויסע רבי'ס. נאך די פטירה פונעם ישועות משה כ' אדר תשע"ב, האט ער זיך תיכף מקשר געווען בכל נימי נפשו צו בנו הצעיר כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, צו וועמען ער איז געווען געטריי בכל מאודו. כמים פנים אל פנים האט אים דער רבי שטארק רעספעקטירט, און ארויסגעוויזן צום רב א גרויס הערצה און הערכה.


דערצו איז ער געווען מקושר מיט אנדערע גדולי ומאורי הדור; צווישן אנדערע האט ער געהאט א נאנטן קשר מיט כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, אזוי אויך איז ער געווען מקושר בלב ונפש צו כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א, מיט וועמען ער איז געווען גאר נאנט לאנגע יארן.


אין די לעצטע יארן האט דער רב זצ"ל זיך געמוטשעט מיט שווערע הארץ-פראבלעמען און אנדערע מיחושים, און איז נישט לאנג צוריק געווארן אפגעפירט קיין קליוולאנד פאר באהאנדלונגען, ער האט דארט אויסגעהויכט זיין ריינע נשמה, איבערלאזנדיג א גרויסן חלל אין דער שטאט מאנטריאל און ביי חסידי וויזניץ איבער דער גארער וועלט.


דער רב לאזט איבער א הערליכן דור פון קינדער און אייניקלעך, מרביצי תורה און עסקנים, לשם ולתהילה. פרטים איבער די לויה וועלן נאכפאלגן.


שנשמע ונתבשר בשורות טובות.



תגובות


bottom of page