תושבי מאנטריאל געזעגענען זיך ביי מסע הלוויה פון הגה"צ רבי אשר גרינפעלד זצ"ל אבד"ק וויזניץ מאנטריאל
- 27 בפבר׳
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' תצוה • ט' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
מיט שווערע געפילן האבן מאסן תושבי מאנטריאל, חסידים ואנשי מעשה באגלייט למנוחות און אפגעגעבן דעם כבוד האחרון ביי דער גרויסער לוויה פון הגאון הצדיק רבי אשר גרינפעלד זצ"ל, רב דחסידי וויזניץ אין מאנטריאל.
דאס ביהמ"ד אמרי חיים אין מאנטריאל איז געווען איבערגעפילט עד אפס מקום פון די תושבי העיר וועלכע זענען געקומען באוויינען דעם געהויבענעם געשטעל וואס האט באשיינט די שטאט באור תורתו וצדקתו. בראש המלווים האבן זיך אנגעזען גדולי האדמורי"ם והרבנים פון שטאט, צווישן זיי כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א וועלכער איז ספעציעל אריינגעקומען פון קרית טאהש אפצוגעבן דעם כבוד הראוי, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל שליט"א, אינאיינעם מיט אלע רבני העיר פון אלע שיכטן און קרייזן ובראשם דער מרא דאתרא הגה"צ רבי יונתן בנימין ווייס גאב"ד מאנטריאל.
עס זענען געהערט געווארן דברי קינה ונהי ווי די מספידים האבן פה אחד באוויינט דעם גאון וצדיק וואס זיין גאנצע לעבן איז געווען איין לאנגע קייט פון עבודת השם, און האבן ארויסגעברענגט דעם טיפן חלל און די גרויסער חלל וואס דעם רב'ס פטירה באדייט פארן שטאט מאנטריאל, און ארויסגעברענגט געהויבענע שטריכן באוויינענדיג זיין גדלות בתורה, פשטות און ענוות חן, און זיין אומערמידליכע איבערגעגעבנקייט פארן כלל און פארן פרט.
עס האבן מספיד געווען די גדולי רבני העיר: כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנטריאל שליט"א, הגה"צ רבי וואלף בער לערנער דומ"ץ בעלזא, הגה"צ רבי יעקב אלי' אונדסדארפער אבד"ק ראשית חכמה, הגה"צ אב"ד דזשיבוי שליט"א, הגה"צ רבי יוסף אונדסדארפער שליט"א אבד"ק מתיבתא ראשית חכמה. בשם די קהילה האט אויפגעטרעטן מיט דברי פרידה הרב שלמה פישער, און בשם די משפחה האט מספיד געווען בנו הרב יוסף משה גרינפעלד הי"ו.
צום לעצט האט אויפגעטרעטן מיט דברי הספד הרה"צ רבי חיים מאיר האגער שליט"א, בנו יחידו פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וועלכער איז ספעציעל געקומען צופארן צו דער לוויה, וואו ער האט ארומגערעט איבער די איבערגעגעבנקייט פונעם רב זצ"ל צו דער קהילה דורכאויס פערציג יאר כולן שוין טובה, איבער זיין התקשרות עזה צו זיינע הייליגע רבי'ס לבית וויזניץ, און זיינע פילע מעשי צדקה וחסד בהצנע לכת.
נאך די הספדים האט הרב חיים מאיר וויינבערגער פארגעזאגט דעם "קל מלא רחמים", און די מיטה איז ארויסגעפירט געווארן פונעם בית המדרש לרחובה של עיר, באגלייט דורך הונדערטער אידן, די לוויה איז פון דארט ארויסגעפארן אויפן וועג קיין ניו יארק, און ארום 7:30 אינדערפרי איז די מיטה אנגעקומען אין קענעדי לופטפעלד וואו עס איז פארגעקומען א קלענערע לוויה ביי איינע פון די דעזעגנירטע פארקינג לאטס אין שפיץ פון א גרויסן עולם וויזניצער חסידים פון ניו יארק און בהשתתפות כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א ידיד נפשו פונעם רב ז"ל.
דער ספינקא רבי האט דערביי משמיע געווען קורצע דברי הספד, ארויסברענגענדיג וואו דער רב ז"ל איז געווען אויסגעצייכנט אין די ג' עמודי עולם, זיין תורה, און זיינע דרשות מיט וואס ער האט מעורר געווען אידישע קינדער נענטער צו ווערן צום אויבערשטן, זיין עבודת התפלה מיט א השתפכות הנפש אין א בחינה פון כל עצמותי תאמרנה און במיוחד זיין גמילת חסדים, שטענדיג געגאנגען נאך געלט פאר אידן'ס וועגן, און זיך אריינגעלאזט אין שווערע חובות פאר אנדערע אידן אלעס שטיל און באשיידן בהצנע לכת.
מען האט דאן געזאגט קדיש און אריינבאגלייט דעם ארון אין לופטפעלד. די מיטה איז ערווארטעט צו לאנדן אין ארץ ישראל מארגן פרייטאג ערב שבת אינדערפרי און ארום 10:00 פארמיטאג וועט ארויסגיין די מסע הלוויה פונעם ביהמ"ד הגדול מרכז חסידי וויזניץ אין בני ברק, אין ריכטונג פונעם וויזניצער בית החיים וואו דער רב זצ"ל וועט קומען לקבורה.


































תגובות