top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טרויער נאך פטירה פון הגה"צ רבי פנחס יהודה לובינסקי זצ"ל חדב"ן הרה"ק רבי אברהם שלמה מלעלוב זצ"ל

  • לפני יומיים (2)
  • זמן קריאה 3 דקות

דאנערשטאג פ' צו • ח' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס צער און טרויער ווערט אויפגענומען די בשורה לא טובה איבער די פטירה פון האי גאון וצדיק פאר מקדושים הגה"צ רבי פנחס יהודה לובינסקי זצ"ל, חתנא דבי נשיאה פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק רבי אברהם שלמה מלעלוב זצ"ל וועלכער איז יעצט נאכמיטאג אין ארץ ישראל נפטר געווארן לחיי העולם הבא אין בלויזן עלטער פון 65 יאר, לדאבון לב כל בית ישראל.


הרה"צ רבי פנחס זצ"ל איז געבוירן געווארן חודש טבת תשכ"א אין אנטווערפן צו זיין פאטער הרה"צ רבי יוסף ניסן לובינסקי זצ"ל, וועלכע האט געשטאמט פון דורי דורות גערער חסידים און פון די אריות שבחבורה אין פולין, בן אחר בן ביז צו הרה"ק רבי פנחס הלוי מקוואלא זצ"ל מגדולי תלמידיו פונעם קאצקער רבי'ן זי"ע. שוין פון זיין יוגנט האט ער זיך געווייקט בצלם פון צדיקי בית פשעווארסק הרה"ק רבי איציקל און הרה"ק רבי יענקעלע זצ"ל, פון וועמען ער האט גענאסן אן אויסטערלישע חביבות און קירבה יתירה.


אין זיינע בחורישע יארן האט ער געלערנט אין ישיבת עץ חיים ווילרייק אין אנטווערפן, און נאכדעם האט ער גולה געווען למקום תורה צום פאנאוויטשער ישיבה אין ארץ ישראל, וואו ער האט אנגעקניפט א נאנטן קשר מיטן ראש ישיבה הגאון הרב שך זצ"ל וועלכער האט אים ארויסגעצייגט אותות אהבה בלי מצרים און פלעגט זיך משתעשע זיין מיט אים כסדר.


אין יענע יארן האט ער זיך אויך מסתופף בצלם פון צדיקי בית גור, א התקשרות וואס האט אנהאלטן זיין גאנץ לעבן מיט אן התקשרות עזה עד יומו האחרון ביי יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א.


אין יאר תשמ"ג האט ער זוכה געווען אויסדערוועלט צו ווערן אלס חתנא דבי נשיאה פון הרה"ק רבי אברהם שלמה מלעלוב זצ"ל, ביי וועם ער האט גענאסן אן אויסטערלישע חביבות און קירבה יתירה, און צוגלייך האט ער נושא חן געווען ביים הייליגן זיידן, הרה"ק רבי משה מרדכי מלעלוב זי"ע ביי וועם ער האט יונק געווען מלוא חפניים קדושה וטהרה.


נאך זיין חתונה האט ער זיך באזעצט אין די סנהדריה געגנט אין ירושלים וואו ער האט געוואוינט כל ימיו,

שפעטער אין יאר תשמ"ז ווען זיין שווער איז געקרוינט געווארן באדמורו"ת אנצופירן דעם לעלובער הויף אין ירושלים, איז רבי פנחס צוגעשטאנען לימין קדשו און איז געווען זיין רעכטע האנט אין אלע ענינים און במיוחד מיטן אוועקשטעלן און פארברייטערן דער לעלובער הויף. שפעטער בשנת תש"ס נאך די הסתלקות פון זיין שווער זצ"ל איז ער ווייטער צוגעשטאנען לימין גיסו כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א.


באזונדער האט ער געדינט אלס משפיע אינעם לעלובער הויף וואו די חסידים פלעגן שטענדיג זיך קלאמערן ארום אים און נהנה געווען פון זיינע שיחות תלמידי חכמים, ספעציעל ביי די באקאנטע מלוה מלכה'ס מוצאי שבת וואס זענען געווען א שם דבר מיט די סיפורי צדיקים מיטן אמאליגן פארצייטישן טעם.


רבי פנחס איז כל ימיו געווען אדוק ומקושר צו צדיקי אמת און האט געהאט די זכי' זיך צו ווייקן ביי צענדליגער צדיקים און גדולי ירושלים, מיט וועם ער האט פארמאגט א נאנטן קשר און גענאסן גרויס חיבה און הערצה, ער איז געווען א ריכטיגער מעתיק השמועה, און שטענדיג איבערגעגעבן וואס ער האט צוגעזען און מקבל געווען פון די גרויסע לייט, זייענדיג דולה ומשקה מתורת רבותיו פאר יונג און אלט וואס פלעגן נהנה זיין פון זיין אוצר בלום, פון תורות עובדות און הנהגות.


במיוחד האט ער ארויסגעשיינט מיט זיין אהבת ישראל און מידת החסד זייענדיג עוסק בצדקה וחסד און זארגן פאר נצרכים און שבורי לב מיט גרויס מסירות נפש אויך אין די שווערע צייטן ווען ער האט זיך געפלאגט מיט שווערע יסורים ל"ע, זיין שטוב איז געווען פתוח לרוחה אלס א בית וועד לחכמים וואו אלע סארט אידן און בחורים האבן געפונען אן אפענע טיר און מיסב זיין ביי די סעודות שבת מיט א געוואלדיגע ווארעמקייט.


אין די לעצטע תקופה האט ער געליטן פון פארשידענע געזונטהייט קאמפליקאציעס ביז היינט נאכמיטאג ווען ער האט צוריקגעגעבן נשמתו ליוצרה במעמד פון די משפחה און מקורבים.


ער לאזט איבער א דור ישרים מבורך, זיינע חשובע זון הרב משה מרדכי און הרב ישראל לובינסקי, און זיינע איידעמער הרב אברהם לוגער, הרב יעקב אריה האפשטיין און הרב ברוך פרענקל, צווישן זיינע געשוויסטער ציילן זיך זיין שוועסטער די רעבעצין פון כ"ק אדמו"ר מתורת חכם שליט"א, און זיינע ברידער הרה"ג ר' ברוך לובינסקי מרבני ישיבת רחמיסטריווקא און הרה"ג ר' שמואל שמעלקא לובינסקי מג"ש אין ישיבת גור.


יהא זכרו ברוך, שנשמע ונתבשר בשורות טובות

תגובות


bottom of page