top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טרויער בחצר הקודש גור נאך פטירה פון הגאון החסיד רבי בן ציון בבטשיק זצ"ל רב חסידי גור אין קרית גת

  • לפני 15 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' תרומה • כ''ט שבט | בחצרות הקודש

ברוך דיין האמת - גלה כבוד מישראל: חסידי גור באוויינען די פטירה פון הגאון החסיד רבי בן ציון בבטשיק זצ"ל, רב חסידי גור אין קרית גת און רב פון די גערער שטיבל אויף רחוב בעש"ט אין בני ברק, מחבר ספר "בצר במדבר", וואס איז נפטר געווארן במשך דעם שבת אין עלטער פון 72 יאר, נאכן זיך מוטשען די לעצטע יאר מיט די ביטערע מחלה ל"ע.


דער חשובער נפטר זצ"ל איז געווען א זון פון הרב החסיד רבי יוסף בבטשיק ז"ל און א איידעם פון הרה"ח רבי נתן זילברברג ז"ל ביידע מפארי חסידי גור.


ברבות השנים נאך זיין חתונה איז ער נתמנה געווארן אלס רב אין די גערער שטיבל אויף רחוב בעש"ט און שפעטער אויף רחוב יונה הנביא אין בני ברק, און אין די לעצטע יארן איז ער נתמנה געווארן אלס רב אין די גערער קהלה אין שטאט קרית גת וועלכער ציילט הונדערטער משפחות, מוסדות התורה, און שטיבלעך צושפרייט לענגאויס די שטאט. 


אין זיינע יונגע יארן האט ער געלערנט אין תלמוד תורה עץ חיים, און זיך אויסגעשארפט בתורה והוראה זייענדיג א ריכטיגער גאון, ער האט טאקע אלע יארן משיב געווען דעם דבר ה' זו הלכה פאר אידן אין בני ברק און באזונדער אין קרית גת וואו ער פלעג אפט ארויספארן שטייענדיג אין שפיץ פון די ארטיגע קהלה.


ער האט זוכה געווען ארויסצוגעבן לאור עולם דעם ספר "בצר במדבר", וואס אנטהאלט טיפזיניגע בירורי הלכה און עיונים בסוגיות הש"ס והפוסקים.


די לויה איז ארויס נעכטן מוצאי שבת קודש משפטים, פון זיין שטוב אויף רחוב בן יעקב אין בני ברק צום וויזניצער בית החיים, וואו ער איז געקומען לקבורה.


ער האט איבערגעלאזט א דור ישרים מבורך. צווישן זיי בנו הגדול הרה"ג רבי ישראל בבטשיק, רב ומו"ץ אין פתח תקווה; העסקן ר' מרדכי בבטשיק נאמן בית כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, און חתנו ר' משה ראובן גולדקנופף, א זון פונעם חבר הכנסת העסקן הרב יצחק גולדקנופף הי"ו.


תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.



bottom of page