אשת חבר: הרבנית חנה אסתר טווערסקי ע"ה אלמנת הרה"צ ר' זאב טווערסקי זצ"ל מראחמיסטריווקא נפטר געווארן בשיבה טובה
- 19 באפר׳
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' אחרי קדושים • ב' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

ברוך דיין האמת: אין ירושלים איז די נאכט מוצאי שבת קודש נפטר געווארן בשיבה טובה הרבנית הישישה מרת חנה אסתר טווערסקי ע"ה, אלמנת הרה"צ רבי וועלוול טווערסקי זצ"ל מראחמיסטריווקא, זון פון הרה"ק רבי יוחנן מראחמיסטריווקא זי"ע, וועלכע האט זוכה געווען צו א שיבה טובה גרייכענדיג 92 יאר, און לאזט איבער א הערליכע דור בנין וחתנין אדמו"רים, רבנים ומורי הוראה.
די רעבעצין ע"ה איז געבוירן געווארן אין שטאט וויען - עסטרייך אין יאר תרצ"ה, אלס די צווייטע טאכטער פון איר גרויסן טאטן כ"ק אדמו"ר רבי לוי יצחק קלוגהויפט זצ"ל מסטרעליסק, וועלכער האט אין יענע יארן משמש געווען ברבנות אין וויען. שפעטער האבן זיי זיך געצויגן קיין לאנדאן, וואו איר טאטע דער סטרעליסקער רבי האט אנגעפירט זיין בית המדרש, על שמו פון זיין גרויסן זיידן דער הייליגער שרף מסטרעליסק זי"ע.
בהגיעה לפרקה האט זי חתונה געהאט מיט איר חשובער מאן הרה"צ רבי וועלוול טווערסקי זצ"ל, וואס איז געווען די פערטע זון פון הרה"ק רבי יוחנן מראחמיסטריווקא זי"ע. נאך די חתונה האבן זיי זיך באזעצט אין ירושלים און געוואוינט נעבן איר גרויסן שווער.דורכואיס צענדליגער יארן איז די רעבעצען געשטאנען לימין בעלה וואס האט געדינט אלס מגיד שיעור אין די ראחמיסטריווקא ישיבה אין ירושלים, און אלעס געטון כדי ער זאל קענען זיצן און לערנען מיט הרחבת הדעת און מעמיד זיין תלמידים הגונים וואס איז געווען זיין שטרעבונג כל ימיו ביז צו זיין פטירה מיט אריבער דרייסיג יאר צוריק אין יאר תשנ"ד.
צוזאמען האבן זיי אויפגעשטעלט א הערליכע דור ישרים. בחייה האט די רעבעצען פארלוירן איר טאכטער ע"ה, אשת חבר הרה"צ רבי יצחק אייזיק וויינבערג שליט"א, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א, וועלכע איז טראדיש נפטר געווארן נאך א לידה.
אירע חשובע קינדער זענען: הגה"צ רבי דוד טווערסקי שליט"א רב דחסידי ראחמיסטריווקא; הרה"צ רבי נחמן יוסף שליט"א האדמו"ר מזלאטיפולי אין מאנסי, חתן כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ"ל; הרה"צ רבי אלתר משה שליט"א רב דחסידי ראחמיסטריווקא אין רמה ד' בית שמש, חתן כ"ק האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א.
אירע איידימער זענען צווישן אנדערע: הרה"צ רבי מרדכי טווערסקי זצ"ל בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זצ"ל; הרה"צ רבי אהרן גרינצווייג זצ"ל מוהל מומחה; כ"ק האדמו"ר מסקווירא מאנסי שליט"א; כ"ק האדמו"ר מנדבורנא ירושלים שליט"א; הרה"צ רבי יצחק אייזיק וויינברג שליט"א בן האדמו"ר מסלאנים; און הרה"צ רבי שמואל דוד שניאורסאהן שליט"א משגיח ישיבת טשעבין.צווישן די אייניקלעך ציילן זיך האדמור"ים מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי און זוועהיל. אזוי אויך לאזט זי איבער אירע איינציגע שוועסטער הרבנית הצדקנית מקאלוב תליט"א את חבר כ"ק אדמ"ר מקאלוב שליט"א לרפואה שלימה.
די לוויה קומט פאר היינט נאכמיטאג בשעה 2:00 פון איר שטוב אויף רחוב חנה, און וועט דורכגיין פארנט פון ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אויף רחוב גבעת משה אויפן וועג צום הר הזיתים.
ת.נ.צ.ב.ה.







תגובות