אבד חסיד: נפטר געווארן הגה"ח ר' יהודה ראזנפעלד זצ"ל שו"ב זון פון כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין זצ"ל
- לפני 9 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
מוצאי שב"ק פ' משפטים • כ''ז שבט | בחצרות הקודש

ברוך דיין האמת: אין ירושלים איז נפטר דעם שבת געווארן לבית עולמו הגאון החסיד הישיש רבי יהודה ראזנפעלד זצ"ל, מזקני וחשובי חסידי פינסק קארלין, א ברודער פון כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין זצוק"ל בעל אורחת אהרן וועלכער איז נפטר געווארן בשיבה טובה אין עלטער פון 91 יאר.
די לוויה איז פארגעקומען היינט מוצאי שבת קודש, פארנט פון בית המדרש הגדול דחסידי פינסק קארלין אין שכונת בית ישראל אין ירושלים, וואו הונדערטער אידן אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר פינסק קארלין שליט"א בראש המלווים האבן אפגעגעבן דעם כבוד האחרון פארן חשובן נפטר און אים באגלייט בדרכו האחרונה צום הר הזיתים, וואו ער איז געקומען לקבורה.
דער נפטר ר' יהודה ז"ל איז געבוירן געווארן אין יאר תרצ"ה צו זיין פאטער הגה"צ ר' יצחק מנשה ראזנפעלד זצ"ל, וועלכער האט געדינט אלס א שוחט ובודק לאנגע יארן, און צו זיין מאמע וואס איז געווען טאכטער פון הגה"צ רבי יהושע העשיל האלטובסקי זצ"ל, מזקני ומנהיגי חסידי קארלין אין ארץ ישראל און אליינס אן אייניקל פון הרה"ק רבי אהרן הגדול מקארלין זי"ע.
אין זיינע בחור'ישע יארן האט ער געלערנט אין קארלין, וואו ער האט זיך מסתופף געווען בצל רבותיו הק' די רועי החסידות הרה"ק רבי אברהם אלימלך מקארלין זי"ע און זיי ברודער הרה"ק רבי יוחנן מקארלין סטאלין זי"ע. בהגיעו לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט זיין רעביצין, וואס איז געווען א טאכטער פון הרה"ח רבי יצחק רעכטשאפער זצ"ל.
ער איז געווען א באקאנטער שוחט אין ירושלים אויף וועם די גאוני וצדיקי ירושלים האבן זיך פארלאזט זייענדיג א ירא שמים מרבים. דערצו איז ער געווען א גרויסער מתמיד, וועלכער האט אויסגענוצט יעדן פרייען מינוט פאר לימוד התורה. במיוחד איז ר' יודל ז"ל געווען א דולה ומשקה ארום וועם עס האבן זיך שטענדיג געקלאמערט חסידים ואנשי מעשה צו הערן זכרונות עובדות און ענינים שונים פון זיינע גרויסע רבי'ס.
מיט א זעלטענע התבטלות האט ער זיך מקשר געווען צו זיין ברודער איז געווען דער אדמו"ר בעל ה"ארחות אהרן" מפינסק קארלין זצ"ל, און שפעטער צו זיין פלאמעניק יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א וועלכע האבן כמים פנים אל פנים שטענדיג ארויסגעוויזן צו אים א קירבה און הערצה יתירה.
ער האט זוכה געווען איבערצולאזן א דור ישרים מבורך, זעקס קינדער בנין וחתנין רבנן אלע געהויבענע חסידים ואנשי מעשה.
זכר צדיק לברכה


