top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עזר בקודש: הרבנית מייזליש ע"ה אלמנת כ"ק גאב''ד סיגעיט זצ"ל נפטר געווארן אין עלטער פון 98 יאר

  • לפני שעתיים
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' תרומה • כ''ט שבט | בחצרות הקודש

ברוך דיין האמת, אשת חבר כחבר: מיט גרויס צער און טרויער ווערט אויפגענומען די בשורה איבער די פטירה פון הרבנית הצדקנית מרת לאה רילא מייזליש ע''ה אלמנת הגה"צ גאב''ד סיגעיט זצ"ל וואס איז נפטר געווארן בשיבה טובה, אין טיפן עלטער פון אכט און ניינציג יאר, איבערלאזנדיג א הערליכע דור, גאר חשובע קינדער אדמורי"ם רבנים, ראשי ישיבות און גאר חשובע מרביצי תורה.


די רעבעצין ע"ה איז געווען א טאכטער פון הגאון החסיד המפורסם ר’ בנימין חיים פעלדמאן זצ”ל, א תלמיד פונעם לובלינער רב הגה"ק מהר"ם שפירא זצ"ל ראש ישיבת חכמי לובלין, און שלוחה דרבנן לטובת כולל שומרי החומות, וואס האט זוכה געווען צו בנין וחתנין רבנן צווישן זיי זיין גרויסן איידעם דער ירושלימער רב הגה"ק בעל שערי טוביה זצ"ל. נאכן קריג האט זי האט חתונה געהאט מיט איר געהויבענעם מאן כ"ק גאב"ד סיגעיט זצ"ל, צו וועם זי איז צוגעשטאנען צו די האנט אין אלע זמנים, סיי אין די ערשטע תקופה נאך די חתונה ווען זיי האבן זיך באזעצט אין קראון הייטס, שפעטער אין בארא פארק וואו דער רב ז''ל האט אנגעפירט זיין שיינעם ביהמ"ד, און די לעצטע פופציג יאר זינט דער רב ז"ל איז אויפגענומען געווארן משמש צו זיין ברבנות אין שטאט סיגעיט, זייענדיג א ריכטיגע עזר כנגדו און געטון וואס מעגליך אז דער רב ז"ל זאל קענען אנגיין מיט זיין עבודת הקודש אויפצובויען די קהילה און מוסדות, דארט אין סיגעיט, ביז צו זיין פטירה מיט צוויי יאר צוריק בשנת תשפ"ד.


צוזאמען מיט איר חשובן מאן האט די רעבעצען זוכה געווען אויפצושטעלן א שטוב וואס איז א פראכט און א שטאלץ פאר כלל ישראל מיט בני שלשים רבעים וחמשים, זין און איידעמער און אייניקלעך וואס באשיינען דעם אויבנאן פון יהדות החרדית אין אמעריקע און אין ארץ ישראל, אריינכערעכנט פילצאליגע אור אייניקלעך וואס זענען היינט אליין מחנכים ומרביצי תורה און מורי הוראה בישראל. בנה הגדול הגה"צ ר' דוד דוב מייזליש גאב"ד קהל יראים סיגעיט, איידעם ביי הגה"צ אב"ד אראד זצ"ל. בנה הגה"צ ר' יעקב שלמה מייזליש אבד"ק לימינוב איידעם ביי הרה"ק בעל ויחי יוסף מפאפא זצ"ל. בנה הגה"צ ר' יוסף משה מייזליש אבד"ק לאסק, איידעם ביי הגה"צ גאב"ד קראסנא זצ"ל. בנה הגה"צ ר' פנחס מרדכי דומ"ץ סיגעיט, איידעם ביי הרה"ח ר' חיים משה לויפער זצ"ל. און הגה"צ ר' שמעון זאב מייזליש אבד"ק ישמח משה קרית יואל חדב"ן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.


די חשובע איידימער הגה"צ רבי יעקב אלי' אונסדארפער אבד"ק ראשית חכמה מאנטריאל, הגה"צ רבי יחזקאל מייזליש אב"ד אוהעל וויליאמסבורג, כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, הגה"צ רבי יחזקאל הורוויץ אבד"ק קנין תורה שטראסבורג, הגה"צ רבי אשר אנשיל שעהר אב"ד קלעסאן און הגה"צ רבי אברהם יהודה לעוו אב"ד תפארת אליעזר.


די לוויה קומט פאר היינט בשעה 12:00 פארמיטאג פון ביהמ"ד קהל יראים סיגעיט, אויפן וועג צום סאטמארער בית החיים אין ניו דזשערזי וואו די חשובע נפטרת וועט קומען לקבורה נעבן איר מאן דער סיגעיטער רב זצ"ל.


ת.נ.צ.ב.ה.

bottom of page