בד"ה: הרה"ח ר׳ שמואל יצחק פייניגשטיין ע"ה משב"ק אדמור"י בית מודזיץ אריבער 40 יאר
- לפני שעתיים (2)
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' טהרה • כ"ח ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט פארווייטאגטע געפילן האבן הונדערטער חסידי מודזיץ און פילע תושבי בני ברק אפגעגעבן דעם כבוד האחרון ביי די לוויה פונעם פיליעריגער גבאי אין די מודזיצער הויף הרב החסיד המפורסם ר' שמואל יצחק פייניגשטיין ע"ה, וועלכער האט געהאט די זכי' צו דינען אלס געטרייער משמש בקודש ביי דריי דורות פון די שולשולתא קדישא לבית מודזיץ, אנגעהויבן בשנות צעירותו ביי כ"ק האדמו"ר בעל אמרי אש ממודזיץ זצ"ל, דערנאך ביי כ"ק אדמו"ר בעל נחלת דן ממודזיץ זצ"ל וועם ער האט משמש געווען מיט א זעלטענע געטריישאפט במשך אלע שנות ההנהגה שטייענדיג לימין קדשו בכל צעד ושעל.
און שפעטער ביי יבלחט"א כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, וואו ער איז ווייטער געווען פון די אנגעזעענע שטוב מענטשן, ברענגענדיג מיט זיך דעם דמות פון אמאל און די ברייטע עקספערטיז וואס ער האט מקבל געווען במשך די יארן זייענדיג דער איש סודו פון רועי החסידות, ווי ער האט אנגעהאלטן זיין פאסטן ביז עטליכע יאר צוריק ווען ער איז ליידער אפגעשוואכט געווארן זייענדיג שוין אויף די עלטער.
דער נפטר ע"ה איז געווען באקאנט מיט זיין געוואלדיגער געטריישאפט אין אלע הינזיכטן, זיין גאנצע עקזיזטענץ איז געווען בלויז אויסצופירן זיין הייליגן שליחות מיט א נאמנות, זעענדיג אין זיין פאסטן א געוואלדיגע זכי'.
טראץ זיין שווערע תפקיד דינענדיג אלס משמש בקודש, דאך האט ער שטענדיג מקבל געווען א יעדעם איינעם בסבר פנים יפות אפגעזען די מצב אדער די אומשטענדן, ער האט קיינמאל נישט געמאכט קיין וועגן פון זיך און פרובירט ארויסצוהעלפן א יעדע חסיד און סיי וועם מיט וואס נאר מעגליך.
אלס א פייערדיגער מודזיצע חסיד פון דורי דורות, איז ער געווען גאר שטארק צוגעבינדן בכל נימי נפשו צום עולם הנגינה, ובפרט צו די אייגענטארטיגע הייליגע מוזדיצע ניגונים, און איז געווען א אקטיווע טייל אנצופירן די סדר הנגינה ביי אלע מעמדים און שמחות בחצרות הקודש.
די פטירה פונעם גבאי'ן ר' שמואל יצחק ז"ל לאזט איבער א געוואלדיגע חלל צווישן חסידי מודזיץ, זייענדיג פון די לעצטע רעשטלעך פונעם דור העבר, וואס האט מיט זיינע אייגענע אויגן זוכה געווען צו זען די גענצליכע ווידער-אויפבלי פון די פרעכטיגע מוזדיצער הויף נאכן ביטערן חורבן אייראפע.
די לוויה איז פארגעקומען היינטיגן מיטוואך פארמיטאג פארנט פון ביהמ"ד הגדול מודזיץ אין בני ברק וואו א גרויסן ציבור חסידים האבן מלוה געווען דעם חשובן נפטר בדרכו האחרונה, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א וואס האט מיטגעהאלטן די לוויה ביז נאך די קבורה אויפן בית עלמין הירקון אין פתח תקוה.
ת.נ.צ.ב.ה.





תגובות