top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תורה חגרי שק: הגאון האדיר חו"פ רבי דוד מיכאל שמידל זצ"ל יושב ראש "אתרא קדישא" נפטר געווארן

  • 11 במאי
  • זמן קריאה 3 דקות

מאנטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש


א טרויער און אבילות האט זיך אראפגעלאזט אויפן יהדות החרדית מיט'ן אנקום פון די ביטערע בשורה איבער די הסתלקות לגנזי מרומים פון דעם גרויסן גדול און מרביץ תורה, ממעתיקי השמועה, גודר גדר ועומד בפרץ, הגאון האדיר רבי דוד מיכאל שמידל זכר צדיק לברכה לאנגיעריגער יושב ראש פון אגודת אתרא קדישא און ראש כולל ישיבת טבריא - קוממיות, וועלכע האט נארוואס משיב געווען נשמתו ליוצרה בשיבה טובה אין טיפן עלטער פון צוויי און ניינציג יאר.


די אבידה איז א פערזענליכער קלאפ און אבידה שאין לה תמורה פארן ישוב הישן זייענדיג דער לוחם מלחמת השם בה' הידוע און בפרט למען כבוד המתים מיט וואס ער האט זיך כל ימיו געפארעט מיט א געוואלדיגע מסירות נפש. ער איז געווען צווישן די לעצט פארבליבענע לייבן מתלמידי מרן החזון איש, ביי וועמען ער האט זיך געווייקט אין זיינע יונגע יארן און מקבל געווען תורה והשקפה מפיו.


דער גאון איז געבוירן געווארן חודש ניסן שנת תרצ"ד אין וויען עסטרייך צו זיין פאטער הרב פנחס שמידל ז"ל. אין יאר תרצ"ט איז די משפחה ארויף קיין ארץ ישראל. אלס בחור האט ער געלערנט אין די ישיבות קול תורה, סאלבאדקע און באר יעקב, אין זיינע בחורישע יארן איז ער נתקרב געווארן צו די גדולי ישראל פון יענעם דור, צווישן זיי דער חזון איש, רבי גדליה נאדעל, און רבי משה שמואל שפירא זכר צדיקים לברכה.


שוין אלס יונגערמאן אין יאר תשט"ז איז ער געשטעלט געווארן דורך די בריסקער רב זי"ע צו פירן דעם מלחמת קודש קעגן די גראבינגען ביים קבר הרמב"ם אין טבריה. שפעטער איז ער געווען אקטיוו אין נאך פילע מערכות קעגן ניתוחי מתים.


פאר אריבער א יובל יארן איז ער געשטאנען בראש פון ארגון "אתרא קדישא", און לוחם געווען קעגן דעם חילול הקודש פון קברי ישראל בארץ ובתפוצות, מיט אינטענסיווע השתדלות, עסקנות, און שטורמישע מחאות להעמיד הדת על תילה. עטליכע מאל איז ער אפילו ארעסטירט געווארן פאר כבוד שמים און מיטגעמאכט שווערע פייניגונגען, אבער ער האט נישט נאכגעלאזט פון זיין קנאות לשם שמים נישט צו דערלאזן קיין שום פשרות אין די נושאים.


באזונדער איז ער געווען באקאנט מיט זיין גאונות און הרבצת התורה דינענדיג צענדליגע יארן אלס ראש כולל, צוערשט אין כולל אברכים "מתיבתא דרבי יוחנן" קארלין סטאלין אין טבריה, די כולל איז געווען אן אויסגערופונע מקום תורה וואו חשובע אברכים בני עלייה האבן זיך ממית געווען באוהלה של תורה דורכאויס די גאנצע וואך, און אהיימגעפארן נאר אויף שבת. 


מיט בערך פופצן יאר צוריק, ווען די חסידישע קהילה אין טבריה האט זיך פארברייטערט, האט דער כולל זיך אריבערגעצויגן קיין מושב קוממיות. אונטער זיין געהויבענעם השפעה איז דער כולל  המכונה "ישיבת טבריא - קוממיות", אויסגעשטיגן לשם ולתפארת מיט צענדליגער יונגעלייט יושבי אהל.


רבי דוד איז אויך געווען א מיטגליד אין די חשובע מערכת פון "הוצאת שבתי פרנקל", וואס האט ארויסגעגעבן מערערע לומדישע ספרים און ספרי הקדמונים, און איז במיוחד באקאנט מיט די פאפולערע מהדורה פון ספרי משנה תורה להרמב"ם, וואו דער גאון רבי דוד זצ"ל האט אין דעם פראיעקט משקיע געווען גאר אסאך כוחות, קאפ און מוח.


אין די לעצטע תקופה האט ער געליטן פון פארשידענע קאמפליקאציעס אין געזונט, און כלל ישראל האט מעתיר געווען לרפואתו השלימה, ביז היינטיגן מאנטאג מיטאג ווען ער איז ליידער נתבקש געווארן לישיבה של מעלה, איבערלאזנדיג נאך זיך זיין חשובע אלמנה שתחי' און א דור ישרים מבורך, בנו יחידו הרה"ג ר' הלל יהודה שמידל שליט"א און אכט טעכטער וחתנין רבנן באקאנטע מרביצי תורה ויראה.


די מסע הלויה וועט ארויסגיין היינט זעקס דרייסיג נאכמיטאג פארט פון כולל חזון איש אין בני ברק אויפן וועג צום הר הזיתים וואו ער וועט קומען לקבורה.


שנשמע ונתבשר בשורות טובות



תגובות


bottom of page