top of page
ויכוננו עיר מושב: חצה"ק לעלוב וועט אויפבויען נייע פרעכטיגע קהלה אין אויפבליענדען שטאט "עמנואל"
דאנערשטאג פ' אמור • י''ג אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש אין א קריטישע שריט צו לעזן דעם שווערן דירות-מאנגל און די טייערע פרייזן פאר דירות אין ארץ ישראל, גרייטן זיך חסידי לעלוב צו א פרישע אונטערנעמונג פון הרחבת גבולי הקדושה מיטן אוועקשטעלן א נייע מקום מושב אין די אויפבליענדע שטאט עמנואל. זינט כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א איז ארויף על כס האדמורו"ת מיט אריבער פופצן יאר צוריק, האט זיך די קהילה הערליך צעבליט מיט קהילות און בתי מדרשים אין בית שמש, ירושלים, בני ברק, אלעד, ביתר און ביז קיין צפ


חתונה קאמיסיע דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין קרית יואל ארבעטן אויס לעצטע דעטאלן פון נייעם תקנות חתונה-זאל
מאנטאג פ' אמור • י' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די יעצטיגע טעג זיצט די חתונה קאמיסיע דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין קרית יואל אויף העפטיגע באראטונגען איבער די לעצטע דעטאלן פון דעם נייעם פראכטפולן חתונה זאל וואס וועט אהערגעשטעלט ווערן אין די נאנטע צוקונפט אינעם בנין הבית רחל החדש בנין קליין, וואו עס וועלן געפראוועט ווערן חתונות פאר דעם זעלבן שטוינענד ביליגן פרייז וויפיל עס קאסט א חתונה אין די בארימטער כינור דוד זאל אין שטאט. ווי די עסקנים גיבן איבער וועט דער נייער זאל זיין אהערגעש


ויהי בונה עיר: האד' מסאטמאר באזוכט פילע נייע בוי-פראיעקטן אין קרית יטב לב - בלומינבורג
זונטאג פ' אמור • ט' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די טעג וואס כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וויילט בביתו נאוה קודש אין קרית יטב לב בלומינבורג אויף אפרוה, האט דער רבי אויסגענוצט די געלעגנהייט צו באזוכן ביי די פילע בוי-פראיעקטן פון נייע דירות דיוועלאפמענטס וואס ווערן אצינד געבויט איבערן שטאט, וואו דער רבי האט באטראכט די שנעלע פארשריט פון די נייע הייזער וואס ווערן געבויעט פאר תלמידי וחסידי סאטמאר מיטן ציל צו לעזן דעם שווערן דירות-מאנגל און טייערע פרייזן פאר דירות אין די גרעסערע שטע


געהויבענער מעמד יציקת הבורות פארן נייעם מקוה טהרה על יד ביהמ"ד קוזמיר אין רמה ה׳ בית שמש
מוצאי שב"ק פ' אחרי קדושים • ח' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: מתתיהו גאלדבערג,JDN פארלאפענעם וואך איז פארגעקומען א געהויבענער מעמד יציקת הבורות פארן נייעם מקוה טהרה וואס ווערט געבויט על יד בית המדרש קוזמיר אין רמה ה׳ בית שמש, בנשיאות כ"ק אדמו"ר מקוזמיר שליט"א ובראשות בנו הרה״צ רבי יהודה לייב טאוב שליט״א רב הביהמ"ד. אנהייב פונעם מעמד איז ערשינען כ״ק אדמו״ר מויזניץ בית שמש שליט״א, וועלכע האט זיך געזעצט צו א לחיים, און דערנאך אריבער צום שטח המקווה וואו ער איז מכובד געו


תתחדש: חסידי תולדות אהרן אין שכונת "רמת שלמה" ירושלים זענען מחנך נייעם הערליכן ביהמ"ד
פרייטאג פ' אחרי קדושים • ז' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס פרייד האבן די פילצאליגע יונגעלייט חסידי תולדות אהרן איינוואוינער אין "שכונת רמת שלמה" אין ירושלים דעם פארלאפענעם שבת פר' תזריע טהרה מחנך געווען דעם נייעם ביהמ"ד מפואר בתוככי השכונה, וואס וועט דינען אלס לייכט-טורעם און פנת יקרת פאר חסידי תולדות אהרן תושבי המקום. דאס קומט נאך א שטיק צייט וואס עס האט זיך געגרינדעט אין רמת שלמה די ק"ק תולדות אהרן, נאכדעם וואס מערערע יונגעלייט חסידי תולדות אהרן האבן זיך דארט געצויגן,


פרייד צווישן חסידי סאדיגורא אין עיר ואם בישראל בארא פארק צום עפענעונג פון נייעם "סאדיגורא קלויז"
דאנערשטאג פ' אחרי קדושים • ו' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי סאדיגורא אין שטאט בארא פארק גרייטן זיך די טעג צו א גאר פריידיגע מאמענט, ווען עס ווערט געגרינדעט א נייע ביהמ"ד פאר חסידי סאדיגורא תושבי בארא פארק, זייענדיג דער צווייטער סאדיגורא קלויז אין אמעריקא נאך וואס עס איז שוין פארהאן א הערליכע קלויז אין דער שטאט לעיקוואד. דאס קומט נאכדעם וואס כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א האט ביי זיין לעצטע באזוך אין בארא פארק, באאויפטראגט די עסקנים תושבי העיר צו עפענען אן אייגענעם סאדיגורא ווי


מעמד "יציקת הבורות" פארן נייעם פראכטפולן בית המדרש דקהל יטב לב ד'סאטמאר שכונת פלאשינג
מיטוואך פ' אחרי קדושים • ה' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברהם בלום דעם פארגאנגענעם מיטוואך תזריע טהרה העעל"ט איז פארגעקומען די גייסטרייכע מעמד "יציקת הבורות" פארן פראכטפולן מקוה מפוארה וואס ווערט געבויעט אין בנין בית המדרש החדש דקהל יטב לב ד'סאטמאר שכונת פלאשינג אין וויליאמסבורג. דער מעמד אדיר איז באשיינט געווארן מיט די השתתפות פון די חשובע רבני ודייני הקהלה שליט"א אינאיינעם מיט די חברי הנהלת הקהלה און חברי וועד קרן הבנין ועל צבאם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס ה


ותשלם המלאכה: נייע חדרי התפילה אין בנין ביהמ"ד הגדול דושיסנקיא באנייעט דורך האד' מדושינסקיא
פרייטאג פ' טהרה • ל' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטר נאכפאלגנדיג די מאסיווע הרחבת גבולי הקדושה אין ביהמ"ד הגדול היכל מהרי"ץ דושינסקיא אין ירושלים עיה"ק, וואס איז אונטערגענומען געווארן פארלאפענעם זומער, איז אין די יעצטיגע וואכן באנייט געווארן די נייע פראכטפולע היכלי התפילה, ווען אין צוגאב צו די פיר עקזיסטירנדע שטיבלעך זענען צוגעקומען דריי נייע חדרי תפילה מפוארים, בנדבת לבם פון חשובע נדיבי עם פון אויסלאנד, ונקראו על שמם היכלי "ניידשטאט", "בערנאט", און "לעב


ק"ק וויזניץ מאנסי שאפט דראסטישע דורכברוך מיט נייע "אולם איינהארן"; בלויז 10 טויזנט דאלאר די גאנצע חתונה נאכט
מאנטאג פ' טהרה • כ"ו ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש א פרייד-כוואליע הילט ארום חסידי וויזניץ און כלל תושבי מאנסי מיט די בשורה מרנינה איבער'ן דראסטישן דורכברוך צו לינדערן די אסטראנאמישע חתונה-קאסטן, מיט'ן אהערשטעלן די שפאגל-נייע פראכטפולע חתונה זאל "אולם איינהארן" וואו די גאנצע חתונה-נאכט, מהחל ועד כלה, וועט אפקאסטן די שטוינענד ביליגע פרייז פון בלויז 10 טויזנט דאלאר, ביידע צדדים צוזאמען, דאס הייסט, 5 טויזנט פער צד. דאס קומט אין ליכט פון די שטורמישע אויפוואכונג וואס האט אויפגעפלאמט ב


מעמד קביעת מזוזה פאר איבערגעבויעטע ביהמ"ד ישמח משה ד'סאטמאר - מאנסי דורך גאב"ד סאטמאר מאנסי
מוצאי שב"ק פ' צו • י' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN פארלאפענעם וואך ערב שב"ק איז פארגעקומען די מעמד קביעת מזוזה פאר די נייע איבערגעבויעטע ביהמ"ד ישמח משה ד'סאטמאר אין מאנסי, ס'איז געווען אין שפיץ פון כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, וועלכער האט קובע געווען די מזוזות און אפגעראכטן א שולחן לחיים לכבוד המאורע.


פייערליכע חגיגת הכנסת ספר תורה צום נייעם היכל המתיבתא צאנז קלויזענבורג נדבת הנגיד ר' יעקב יוסף גראס הי"ו
דאנערשטאג פ' צו • ח' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש א הערליכע חגיגת הכנסת ספר תורה איז געפייערט געווארן דעם דינסטאג, ווען מ'האט מיט גרויס התרגשות אריינגעגעבן א ספר תורה צום גרויסן היכל המתיבתא אינעם נייעם בנין הישיבה גדולה צאנז קלויזענבורג, בנדבת לבו פון הרבני הנגיד רבי יעקב יוסף גראס שליט"א עמוד התווך פון מוסדות צאנז קלויזענבורג ברחבי תבל. די מעמד כתיבת האותיות איז פארגעקומען אינעם בית תפילה בביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א, וואו דער רבי שליט"א האט אריינג


חנוכת הבית פאר נייע אפיסעס פון כולל חבת ירושלים אין וויליאמסבורג אין שפיץ פון גדולי אדמור"י ורבני העיר
מיטוואך פ' צו • ז' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש אינעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג איז אין די טעג באנייט געווארן די נייע אפיסעס שע"י כולל חבת ירושלים לצדקת רבי מאיר בעל הנס אין שפיץ פון די גדולי אדמור"י ורבני העיר וועלכע האלטן אן א שטענדיגע קשר אמיץ וחזק מיט די הייליגע צדקה. ובראשם האבן באשיינט די אדמורי"ם חברי נשיאות וועד הרבנים פונעם כולל, האדמור"ים מגאלאנטא קיוויאשד און אבד"ק תפארת משה, און האדמורי"ם מקאלוב, דינוב, טשערנאוויץ, שאץ מאנסי, הרבנים הגאוה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבו


האחים אדמורי"ם מסאטמאר שליט"א ביי קביעת מזוזה פאר נייע "מטיב האלסעיל גראסערי" אין וויליאמסבורג
מיטוואך פ' צו • ז' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: הלל ליכטענשטיין אינעם נייעם "מטיב האלסעיל געשעפט" אין וויליאמסבורג איז נעכטן דינסטאג אפגעהאלטן געווארן צוויי גייסטרייכע מעמדי קביעת מזוזה דורך האחים האדמורי"ם מסאטמאר שליט"א. די נייע מטיב לאקאל אין וויליאמסבורג, שפאנט פאראויס נאכפאלגענדיג די געוואלדיגע דורכברוך פונעם "מטיב גראסערי" וואס אפערירט שוין אין שטאט קרית יואל די לעצטערע פאר יאר, ווי עס ווערט פארקויפט רוב גראסערי פראדוקטן פאר האלסעיל פרייזן, ארויסצוהעלפן קינ


מעמד "יציקת הבורות" פארן מקוה מפוארה אין ביהמ"ד החדש סאטמאר שכונת ווערנאן אין וויליאמסבורג
דינסטאג פ' צו • ו' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש א גייסטרייכע מעמד "יציקת הבורות" איז פארגעקומען דעם זונטאג נאכמיטאג צום מקוה מפוארה וואס ווערט געבויעט אינעם בנין החדש פון בית המדרש דקהל יטב לב ד'סאטמאר שכונת ווערנאן אין וויליאמסבורג בראשות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. אין די נאכמיטאג שטונדן איז דער סאטמארער רבי שליט"א אנגעקומען אינעם צייטווייליגן היכל בית המדרש, ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהשתתפות די הונדערטער מתפללי ביהמ"ד אין שפיץ פון די דייני ורבני הקהלה שליט"א. אלס יו


מעמד קביעת מזוזות און פתיחת שערי הבנין פון ביהמ"ד הגדול מאקאווא אין שטאט אלעד געפייערט ברוב פאר והדר
מאנטאג פ' צו • ה' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש אין דער שטאט אלעד איז פארלאפענעם וואך געפייערט געווארן ברוב עם דער מעמד קביעת מזוזות און פתיחת שערי היכלי התורה והתפילה "נחלת אשר" מאקאווא אלעד, צוזאמען מיט א סעודת יומא דהילולא פונעם מייסד ומכונן הקהילה, הגה"צ רבי יוסף אשר אנשיל לעמבערגער זצ"ל אבד"ק מאקאווא אלעד, דער מעמד איז געווען אין שפיץ פון פילע אדמור"ים ורבנים חשובים ובראשם כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, וועלכער האט משמיע געווען מדברותיו לכבוד המאורע ולכבוד העם הנאספים. דער גרויסע


קביעות מזוזות און ביקור קודש פון האד' מסאטמאר אין די נייע אפיסעס פון RCCS אין קרית יואל
זונטאג פ' צו • ד' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם מוצש"ק פ' ויקהל-פקודי האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אפגעראכטן א באזוך און געקלאפט מזוזות אין די נייע פארברייטערטע אפיסעס פון די בארימטע מוסד 'רופא חולים – RCCS'. דער רבי שליט"א איז אפגעווארט געווארן דורכן מייסד ומנהל המוסד הרה"ח ר' הערשל קאהן שליט"א, און דער רבי האט געקלאפט א מזוזה אויפ'ן צענטראלן טיר. דאן איז דער רבי ארומגעגאנגען און זיך אומגעקוקט אויפ'ן פלאץ פון די אפיסעס, סיי ביי די מענער און סיי ביי די פרויען אפטיילונ


זכות שם הבנין פון נייעם סאטמארער תלמוד תורה אין ב״פ געווידמעט לזכותו פון הרב משה פריעדמאן הי״ו - משב״ק
דינסטאג פ' ויקרא • כ''ח אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש ביי א באשיידענע מסיבת לחיים און מעמד קנין זכות נעכטן מאנטאג, בנוכחת כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט דער נגיד ושוע הרבני הנכבד ר' ליפא פריעדמאן, מגדולי התומכים לכל קדשי בית סאטמאר, מנדב געווען פרישע פינף מיליאן דאלער, פאר'ן זכות שם הבנין פון דעם נייעם גיגאנטישן בנין התלמוד תורה דחסידי סאטמאר אין בארא פארק, וואס שניידט דורך א סקווער-בלאק אויף די "בעי פארקוועי" גאס. וברא מזכה אבא האט רבי ליפא מקדיש געווען דעם זכות פון אט דעם בנין הכ


רשות לרפא: האד' מצאנז באזוכט אין לניאדא שפיטאל צום באנאיינונג פון נייע יולדות אפטיילונג
פרייטאג פ' ויקהל פקודי • כ''ד אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין דעם דינסטאג פארמיטאג האט כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אפגעשטאט א באזוך אין די לניאדו שפיטאל אין קרית צאנז נתני', מיסודו פון אביו הגה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע, וואו עס איז באנייעט געווארן צוויי נייע אפטיילונגען, דאראונטער א שפאגל נייע יולדות אפטיילונג וואס איז באשיצט פון ראקעטן ספעציעל געאייגענט פאר מלחמה אומשטענדן, מ'זאל קענען זיך אפגעבן מיט מער רואיגקייט און הרחבת הדעת. דער באזוך איז


ענדגילטיגע פערמיטן פאר נייע הייזער אין "קרית סקווירא" אין בעטעל; ערשטע תושבים וועלן זיך אריינציען לכבוד פסח
דינסטאג פ' ויקהל פקודי • כ''א אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט א פייערליכע שטימונג ווערט אויפגענומען ביי חסידי סקווירא די בשורה מרנינה איבער די באשטעטיגונג פון די לאנג-ערווארטעטע פערמיטן פאר די נייע הייזער אינעם נייעם שטעטל "קרית סקווירא" אין בעטעל ניו יארק. די נייע סקווירא שטעטל איז נאך לעצטע יאר נתחנך געווארן ביים היסטארישן ערשטן שבת בראשות דעם מייסד הקרי' ורועה נאמן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וועלכער איז שוין לענגערע יארן אריינגעטאן אין די הייליגע פעולות מרחיב צו זיין די גבול


הרבנית מסאטמאר תליט"א קויפט אפ זכות "שם ההיכל" אין ישיבת דרך התורה דסאטמאר; "היכל ישועות משה"
מאנטאג פ' ויקהל פקודי • כ' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש איבערראשענדע נייעס ווערט אויפגענומען צווישן תלמידי וחסידי סאטמאר, איבער די היסטארישע קנין זכות וואס הרבנית הצדיקת מסאטמאר תליט"א האט אפגעקויפט אויפן נייעם היכל אין בנין "ישיבת דרך התורה ד'סאטמאר", וואס וועט ווערן אנגערופן "היכל ישועות משה" לשמו ולזכרו פונעם היינטיגן בעל ההילולא הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זצ"ל. די בשורה מרנינה איז געמאלדן געווארן היינט מאנטאג כ' אדר, ווען חתנו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט אפגעראכטן א געמי


bottom of page
