top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פייערליכע חגיגת הכנסת ספר תורה צום נייעם היכל המתיבתא צאנז קלויזענבורג נדבת הנגיד ר' יעקב יוסף גראס הי"ו

  • לפני 5 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' צו • ח' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

א הערליכע חגיגת הכנסת ספר תורה איז געפייערט געווארן דעם דינסטאג במקהלות חסידי צאנז קלויזענבורג אין בארא פארק, ווען מ'האט מיט גרויס התרגשות אריינגעגעבן א ספר תורה צום גרויסן היכל המתיבתא אינעם נייעם בנין הישיבה גדולה צאנז קלויזענבורג, בנדבת לבו פון הרבני הנגיד רבי יעקב יוסף גראס שליט"א עמוד התווך פון מוסדות צאנז קלויזענבורג ברחבי תבל.


די מעמד כתיבת האותיות איז פארגעקומען אינעם בית תפילה בביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א, וואו דער רבי שליט"א האט אריינגעשריבן דעם לעצטן אות אינעם ספר תורה. נאכן סיום הכתיבה האט דער רבי שליט"א געדאוונט מנחה, און דערנאך זענען די קינדער פונעם נדבן געגאנגען הגבהה און גלילה און אנגעטון דעם כתר תורה, און דער נדבן האט ארויסגעפירט דעם ספר לחוצות העיר וואו די מלכותדיגע תהלוכה האט אראפגעשפרייזט לענגאויס די 51'סטע גאס ביז צום היכל הישיבה בשירה ובזמרה בתוף ובמחול, ווען הונדערטער חסידים, בחורי חמד און תושבי העיר באגלייטן דעם תורה מיט פייערדיגע טענץ בעת דער רבי שליט"א איז געטאנצן א גאנצע וועג, אנכאפנדיג די צוויי זין פונעם נדבן, זיך פרייענדיג בשמחה עצומה לכבודה של תורה.


ביים אנקומען צום היכל הישיבה איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען מיט די ספר תורה אנכאפנדיג דעם נדבן, בתופים ובמחולות לכבודה של תורה. דאס היכל הישיבה איז געווען פול געפאקט עד אפס מקום מיט חסידים זקנים עם נערים צוזאמען מיטן לגיון של מלך, די הונדערטער תלמידי הישיבה וואס האבן געטאנצן און זיך געפרייט מיט די הייליגע תורה.


דער רבי שליט"א האט אפגעראכטן די ריקודין קדישין אויף א פייערליכן פארנעם ברשפי אש כדרכו בקודש, און דערנאך מכבד געווען דעם נדבן צו טאנצן מיט די ספר תורה ווען דער רבי שליט"א איז מעודד די ריקודין מיט גרויס ברען. דערנאך זענען געטאנצן אלע בני המשפחה און צוות הישיבה קעגן איבער דעם רבי'ן מיט די ספר תורה און דער רבי האט שטארק געהויבן דעם ציבור טפח וטפחיים, דערנאך דער רבי שליט"א ווידער איבערגענומען דעם ספר, געטאנצן מיט די בני המשפחה, און עס אריינגעפירט להיכל ה' וואו ער האט פארגעזאגט מזמור לדוד בקול חוצב להבות אש. דערנאך איז דער רבי שליט"א פארבליבן שטיין ביים ארון קודש ופניו כלפי העם, און מען האט געזינגען הארציגע ניגוני התעוררות.


שפעטער אויפדערנאכט איז דער רבי שליט"א ערשינען צו די סעודה לגומרה של תורה אינעם היכל הישיבה וואס איז געווען הערליך שיין צוגעגרייט מלכותדיג פאר די משפחת הנדבן און די תלמידי הישיבה גדולה. דער הויכפונקט איז געווען די דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א וואס האט מרחיב געווען בעניני הכנסת ספר תורה און ארומגערעדט בשבחו פונעם נדבן און בשבח פון די תלמידי הישיבה, און אנגעוואנטשן דעם נדבן און די בחורי חמד מיט שפע ברכות. דערנאך האט דער רבי אפגעראכטן א שולחן לחיים און געווינטשן לחיים פארן נדבן און זיין משפחה, און מכבד געווען דעם נדבן מיט ברכת המזון. נאכן מעמד האט דער רבי שליט"א קובע געווען א מזוזה ביים טיר פונעם היכל הישיבה בשם ומלכות.



תגובות


bottom of page