top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חנוכת הבית פאר נייע אפיסעס פון כולל חבת ירושלים אין וויליאמסבורג אין שפיץ פון גדולי אדמור"י ורבני העיר

  • 25 במרץ
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' צו • ז' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

אינעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג איז אין די טעג באנייט געווארן די נייע אפיסעס שע"י כולל חבת ירושלים לצדקת רבי מאיר בעל הנס אין שפיץ פון די גדולי אדמור"י ורבני העיר וועלכע האלטן אן א שטענדיגע קשר אמיץ וחזק מיט די הייליגע צדקה.


ובראשם האבן באשיינט די אדמורי"ם חברי נשיאות וועד הרבנים פונעם כולל, האדמור"ים מגאלאנטא קיוויאשד און אבד"ק תפארת משה, און האדמורי"ם מקאלוב, דינוב, טשערנאוויץ, שאץ מאנסי, הרבנים הגאוה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג, אבד"ק סאטמאר ירושלים, אבד"ק בית אהרן, אבד"ק פשעווארסק וויליאמסבורג, אבד"ק ציעשנוב, אבד"ק באלחוב, גאב"ד שאפראן, און נאך צענדילגער מנהיגי קהילות, דיינים, ומרבצי תורה מסלתה ומשמנה פון שטאט.


נאכן קובע זיין די מזוזות אויף די אפטיילונגען פון די אפיסעס, האבן די חשובע רבנים און אדמורי"ם שליט"א טועם געווען און געוואונטשן לחיים, פאר די הנהלת הכולל לרגל די חנוכת הבית.


צווישן אנדערע האבן אויפגעטרעטן, דער לעגענדארער מנהל הכולל הרה"צ רבי בעריש רובין שליט"א מדאמבראווא, הגה"צ טשענסקאוויצער רב שליט"א חבר ועד הכולל, הרה"ג רבי ברוך יהודה הלברשטאם שליט"א מהנהלת הכולל, און הרה"ג רבי בנימין וואלף ענגלענדער שליט"א יושב ראש הנהלת הכולל אין וויליאמסבורג.


דערנאך האבן זיך די רבנים שליט"א ארויסגעלאזט אין א ריקוד "קה זכות אבות יגן עלינו" אין זכות פונעם הייליגן תנא רבי מאיר בעל הנס און אלע צדיקים הקודמים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר די צדקה פון כולל חבת ירושלים, זייער זכות זאל ביישטיין, מיט א שמירה פאר גאנץ כלל ישראל, ובפרט פאר תושבי עיר וויליאמסבוג, זכור ד' חבת ירושלים.



תגובות


bottom of page