top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד "יציקת הבורות" פארן מקוה מפוארה אין ביהמ"ד החדש סאטמאר שכונת ווערנאן אין וויליאמסבורג

  • לפני שעתיים (2)
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' צו • ו' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

א גייסטרייכע מעמד "יציקת הבורות" איז פארגעקומען דעם זונטאג נאכמיטאג צום מקוה מפוארה וואס ווערט געבויעט אינעם בנין החדש פון בית המדרש דקהל יטב לב ד'סאטמאר שכונת ווערנאן אין וויליאמסבורג בראשות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.


אין די נאכמיטאג שטונדן איז דער סאטמארער רבי שליט"א אנגעקומען אינעם צייטווייליגן היכל בית המדרש, ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהשתתפות די הונדערטער מתפללי ביהמ"ד אין שפיץ פון די דייני ורבני הקהלה שליט"א.


אלס יושב ראש האט געדינט העסקן הרה"ח ר' יצחק אייזיק דאסקאל הי"ו וועלכער האט בנועם לשונו געעפענט די מעמד, א שטארקע דרשה איז דערנאך געהערט געווארן דורך הרב ר' ירמי' טייטלבוים שליט"א מנהל מוסדות יטב לב ירושלים עיה"ק בארה"ב. דערנאך האט מען געהערט דברות קודש פון רבי'ן שליט"א לכבוד המאורע.


ביים מעמד האט זיך אנגעזען דאס השתתפות פונעם רבינ'ס קינדער הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א, הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א, און הרה"צ ר' חנני' יו"ט ליפא שליט"א. און צו זייער זייט הרה"ג רבי יהוסף שווארטץ שליט"א דומ"ץ הביהמ"ד, הגה"צ רבי ברוך אברהם פריעדמאן שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד סאטמאר העריסאן, הגה"צ רבי יחזקאל טייטלבוים שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד סאטמאר קליימער, הגה"צ רבי זושא כ"ץ שליט"א אב"ד ראצפערט, הגה"צ אב"ד בארדיטשוב שליט"א, הגה"צ אב"ד קאלאמייא שליט"א, און נאך.


נאכן מסיבת לחיים איז דער גאנצע ציבור אריין אינעם נייעם בנין הגדול וואס שטייט שוין על תילה בני', צום ערשטן מאל האט מען מחנך געווען דעם בנין החדש ווען מען האט זיך געשטעלט תפלת מנחה אויפן שטאק פון די חדרי התפלה.


דערנאך איז פארגעקומען דער התרגשות'דיגער מעמד "יציקת הבורות" פארן נייעם מקוה מפוארה בהיכל בית המדרש החדש, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, דערויף האט דער רבי שליט"א געגאסן די יציקת הבורות, און דאן מכבד געווען הרבנים הגאונים שליט"א מיטן גיסן די בורות, תיכף נאכן יציקה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן ריקוד לכבוד המאורע.


צום שלוס האט דער רבי שליט"א פארפירט א שיינע שמועס בעניני מקוואות מיט הרה"ג ר' יצחק טריגער שליט"א מגדולי המומחים בעניני מקוואות.



תגובות


bottom of page