top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קביעות מזוזות און ביקור קודש פון האד' מסאטמאר אין די נייע אפיסעס פון RCCS אין קרית יואל

  • לפני שעתיים (2)
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' צו • ד' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארלאפענעם מוצש"ק פ' ויקהל-פקודי האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אפגעראכטן א באזוך און געקלאפט מזוזות אין די נייע פארברייטערטע אפיסעס פון די בארימטע מוסד 'רופא חולים – RCCS'.


דער רבי שליט"א איז אפגעווארט געווארן דורכן מייסד ומנהל המוסד הרה"ח ר' הערשל קאהן שליט"א, און דער רבי האט געקלאפט א מזוזה אויפ'ן צענטראלן טיר.


דאן איז דער רבי ארומגעגאנגען און זיך אומגעקוקט אויפ'ן פלאץ פון די אפיסעס, סיי ביי די מענער און סיי ביי די פרויען אפטיילונג, וואו עס זיצן עטליכע צענדליג שטאב מיטגלידער מדי יום ביומו און ארבעטן רונדע דעם טאג למען חולי ישראל.


די עסקנים האבן דערביי איבערגעגעבן א באריכט פארן רבי'ן איבער אלע סערוויסעס וואס ווערן צוגעשטעלט פאר די חולי ישראל, סיי איבער די רפואות זעלבסט, און סיי איבער די פינאנציעלע אנגעלעגנהייטן.


דאן האט דער רבי זיך געזעצט צום טיש צו א מסיבת לחיים אינעם קאנפערענס רום פונעם נייעם אפיס, וואו דער שמועס איז ווייטער נמשך געווארן איבער די התקדמות בעניני רפואה וואס ווערן כסדר געמאכט, ווי ווייט דער עולם הרפואה גייט פאראויס, און כסדר קומען ארויס פרישע חידושים מיט וועלכע מען קען בעז"ה היילן חולי ישראל.


די מומחים פון רופא חולים האבן אויסגעשמועסט מיטן רבי'ן איבער פארשידענע פרישע ערפינדונגען פון די לעצטע תקופה, מיט וועלכן דער רבי זעלבסט איז שוין געווען באהאוונט, און דער רבי האט שטארק הנאה געהאט צו הערן די אנטוויקלונגען ווי מען גייט ב"ה כסדר פאראויס מיט די המצאות און חידושים, און מען קען ב"ה היילן חולי ישראל אויף א פארנעם ווי עס איז קיינמאל נישט געווען.


בתוך הדברים האט דער רבי ארויסגעברענגט איבערן נחיצות פון 'עירלי דיטעקשאן', ווען דאקטוירים עצה'ן צומאל פאר משפחה מיטגלידער פון א חולה צו גיין זיך טעסטן וכדו', אז מען זאל דאס חלילה נישט פארנאכלעסיגן.


דערביי האט אויפגעטרעטן דער מנהל המוסד הר"ר הערשל קאהן, ארויסברענגענדיג איבער די גרויסע זכי' אז דער רבי איז געקומען באנייען דאס פלאץ, אנשטרייכנדיג אז דער רבי איז דאך געקומען קלאפן א מזוזה, וואס א מזוזה צייגט דאך אויף שמירה עליונה.


דאן האט מען געהערט די דברות קודש פון רבי'ן שליט"א, וואו דער רבי האט ארויסגעברענגט זיין התפעלות פון "די טייערע אידן וואס געבן זיך אוועק פאר חולי ישראל, צו פארגרינגערן זייער מצב, צו טרעפן דאקטוירים, צו טרעפן די רפואות, און צו העלפן מיט געלט".


צוגעבענדיג דערביי אז 'רופא חולים' איז געווארן א וועלטס ארגאניזאציע וואס העלפט ארויס חולי ישראל פון איבעראל, וואס קוקן ארויס אויף ישועות פונעם הייליגן באשעפער.


צום שלוס האט דער רבי איבערגעגעבן ברכת קדשו פאר'ן מייסד ויו"ר הרה"ח ר' הערשל קאהן שליט"א, פאר די חברי הנהלה און אלע עסקנים.



תגובות


bottom of page