מעמד "יציקת הבורות" פארן נייעם פראכטפולן בית המדרש דקהל יטב לב ד'סאטמאר שכונת פלאשינג
- לפני שעתיים (2)
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' אחרי קדושים • ה' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברהם בלום
דעם פארגאנגענעם מיטוואך תזריע טהרה העעל"ט איז פארגעקומען די גייסטרייכע מעמד "יציקת הבורות" פארן פראכטפולן מקוה מפוארה וואס ווערט געבויעט אין בנין בית המדרש החדש דקהל יטב לב ד'סאטמאר שכונת פלאשינג אין וויליאמסבורג.
דער מעמד אדיר איז באשיינט געווארן מיט די השתתפות פון די חשובע רבני ודייני הקהלה שליט"א אינאיינעם מיט די חברי הנהלת הקהלה און חברי וועד קרן הבנין ועל צבאם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס האט געגאסן די יסודות פאר די בורות הטבילה לטהרתן של ישראל, נאכגעפאלגט מיט תוכן'פולע דרשות מפי המגידים המפורסמים שליט"א ארויסצוברענגן דאס געהויבענקייט פונעם מאורע ברוך שהגיענו לזמן הזה.
אלס יושב ראש המעמד האט געדינט דער פה מפיק מרגליות הרה"ג ר' יואל שווארטץ שליט"א מרביץ תורה אין מוסדות סאטמאר וויליאמסבורג, א דרשה נפלאה איז געהערט געווארן דורך הרה"ג ר' צבי הירש לייטנער שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד נחלת יעקב דקהל יטב לב שכונת וואלוואורט, און דבר בית המדרש דורך הרה"ח ר' הערשל פעקעטע הי"ו.
דערנאך איז געהערט געווארן דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א, ווען אינצווישן די ווערטער האט דער רבי שליט"א איבערראשט דעם ציבור ווען ער האט קורא שם געווען פארן ביהמ"ד מיטן נאמען "בית המדרש ויואל משה דקהל יטב לב דסאטמאר" לזכרו הטהור פונעם מייסד הקהילה מרן הרה"ק מסאטמאר זי"ע.
נאכן מעמד האט דער ציבור געהאט די געלעגנהייט ארומצושפרייזן דעם בנין המפואר און זיך אומקוקן אויף די שנעל מארשירענדע בוי-פארשריט אויף אלע שטאקן אנגעהויבן ביים היכל הגדול גייענדיג ווייטער צו די חדרי התפילה, עזרת נשים, בית הוראה, היכל התורה, און די מקוה המפוארה וואס איז געפלאנט צו זיין גרייט בעז"ה אויף די ימים הנוראים תשפ"ז הבעל"ט.





























תגובות