רשות לרפא: האד' מצאנז באזוכט אין לניאדא שפיטאל צום באנאיינונג פון נייע יולדות אפטיילונג
- לפני 37 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
פרייטאג פ' ויקהל פקודי • כ''ד אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין
דעם דינסטאג פארמיטאג האט כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אפגעשטאט א באזוך אין די לניאדו שפיטאל אין קרית צאנז נתני', מיסודו פון אביו הגה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע, וואו עס איז באנייעט געווארן צוויי נייע אפטיילונגען, דאראונטער א שפאגל נייע יולדות אפטיילונג וואס איז באשיצט פון ראקעטן ספעציעל געאייגענט פאר מלחמה אומשטענדן, מ'זאל קענען זיך אפגעבן מיט מער רואיגקייט און הרחבת הדעת.
דער באזוך איז פארגעקומען ביום כ"א אדר, ווען עס איז אפגעצייכנט געווארן גענוי זיבעציג יאר זינט יענעם היסטארישן טאג כ"א אדר תשט"ז ווען הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי''ע האט געלייגט דעם אבן הפינה פארן קרית נאמנה - קרית צאנז אין נתני', וואס ער האט אויפגעבויעט במסירות נפש ובדמים תרתי משמע.
ביים אנקומען האט די רבי געוואונטשן מזל טוב פאר די בעלי השמחה די טאטעס פון די ניי-געבוירענע קינדער, און דערנאך קובע געווען א מזוזה ביים נייעם אפטיילונג, און ארומגעשמועסט מיט די הויכראנגיגע פראפעסארן אין שפיטאל, וועלכער שטייען אין שפיץ פון די אפטיילונג, וואו דער רבי האט באגריסט די געוואלדיגע דערגרייכונג וואס איז ליידער א דבר נחוץ בפרט אין די יעצטיגער שעת מלחמה און געוואונטשן אז מען זאל עס נישט דארפן נוצן.
דערביי האט דער רבי אפגעראכטן א לחיים ביי וועלכן ער האט ארומגעשמועסט מיט די רבנים פונעם שפיטאל איבער די כשרות אינעם שפיטאל קאך שטייענדיג בעפאר דעם יום טוב פסח, און זיכער געמאכט אז אלעס זאל זיין אויסגעהאלטן מיט אלע חומרות וואס איז איינגעפירט אין שפיטאל מיום היווסדה.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום נייעם פאטאלאגיע אפטיילונג צו שטודירן און פארשן פארשידענע קראנקהייטן ל"ע צו קענען ברענגען די ריכטיגע רפואות בס"ד, דער רבי איז אדורכגעגאנגען דעם נייעם אפטיילונג, און געזעהן פונדערנאנט אלע פארגעשריטענע מאשינען.






































תגובות