top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ויכוננו עיר מושב: חצה"ק לעלוב וועט אויפבויען נייע פרעכטיגע קהלה אין אויפבליענדען שטאט "עמנואל"

  • 30 באפר׳
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' אמור • י''ג אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין א קריטישע שריט צו לעזן דעם שווערן דירות-מאנגל און די טייערע פרייזן פאר דירות אין ארץ ישראל, גרייטן זיך חסידי לעלוב צו א פרישע אונטערנעמונג פון הרחבת גבולי הקדושה מיטן אוועקשטעלן א נייע מקום מושב אין די אויפבליענדע שטאט עמנואל.



זינט כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א איז ארויף על כס האדמורו"ת מיט אריבער פופצן יאר צוריק, האט זיך די קהילה הערליך צעבליט מיט קהילות און בתי מדרשים אין בית שמש, ירושלים, בני ברק, אלעד, ביתר און ביז קיין צפת, צו דעם אלעם האט זיך אבער געשפירט דעם ענגשאפט צו טרעפן ביליגע דירות און דעריבער האבן די עסקנים פארגעלייגט פארן רבי'ן שליט"א די פלענער צו טרעפן א פאסיגן ארט וואו היימישע משפחות זאלן האבן די מעגליכקייט זיך ארויסצוציען און זיך באזעצן אויף פערמאנענט.


נאכן איבערקוקן אלע אפציעס, איז די חרדישע אויפבליענדע שטאט עמנואל אין די שומרון בערג אויסגעקליבן געווארן דורכ'ן רבי'ן אלס די בעסטע אפציע פאר א נייעם מקום מושב. די שטאט עמנואל איז אין די לעצטערע יארן געווארן א צענטערפונקט פאר אסאך קהלות קדושות אין ארץ ישראל, א שטייגער ווי סלונים, באיאן, דאראג, וויזניץ בית שמש, אלכסנדר, און נאך קהילות הקודש וואס גרייטן זיך דארט מייסד צו זיין קהילות און מוסדות, צוליב וואס עס איז דארט פארהאן די ביליגסטע פרייזן אין די דירות מארקעט איבער גאנץ ארץ ישראל, און עס געפינט זיך אין צענטער פון לאנד, נישט ווייט פון די גרויסע שטעט.


נאכן ערהאלטן דעם הסכמה פונעם רבי'ן איז פארלאפענעם וואך אפגעהאלטן געווארן א גרויסארטיגער כינוס הסברה אין די זאל פון ביהמ"ד הגדול לעלוב אין בית שמש, וואו עס האבן זיך באטייליגט צענדליגע אינגעלייט פון די קהילה אין שפיץ פונעם רבינס עלטסטע זון הרה"צ רבי יואל זושא בידערמאן שליט"א, רב דחסידי לעלוב. עס האבן אויפגעטרעטן רבנים, עסקנים און מומחים אין די פעלד פון ריעל עסטעיט וועלכע האבן פארגעשטעלט פארן ציבור די פונקטליכע פלענער פונעם פראיעקט, און די טעכנישע פרטים צו קענען זיך איינהאנדלען א דירה נאה ומרווחת.


אין די לעצטע תקופה האבן א שיינע גרופע אינגעלייט חסידי לעלוב זיך שוין איינגעהאנדלט דירות אין עמנואל, און מען גרייט זיך בקרוב אוועקצושטעלן א קהילה נאה וחסידה, וואו די יונגעלייט וועלן קענען וואוינען מיט הרחבת הדעת און מנוחת הנפש, בדרך המסורה.



תגובות


bottom of page