top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

זכות שם הבנין פון נייעם סאטמארער תלמוד תורה אין ב״פ געווידמעט לזכותו פון הרב משה פריעדמאן הי״ו - משב״ק

  • לפני יומיים (2)
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' ויקרא • כ''ח אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

ביי א באשיידענע מסיבת לחיים און מעמד קנין זכות נעכטן מאנטאג, בנוכחת כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט דער נגיד ושוע הרבני הנכבד ר' ליפא פריעדמאן, מגדולי התומכים לכל קדשי בית סאטמאר, מנדב געווען פרישע פינף מיליאן דאלער, פאר'ן זכות שם הבנין פון דעם נייעם גיגאנטישן בנין התלמוד תורה דחסידי סאטמאר אין בארא פארק, וואס שניידט דורך א סקווער-בלאק אויף די "בעי פארקוועי" גאס.


וברא מזכה אבא האט רבי ליפא מקדיש געווען דעם זכות פון אט דעם בנין הכביר לזכותו פון אביו הדגול, דער לעגענדארער משב"ק ואיש סודו פון אדמור"י בית סאטמאר הרה"ח ר' משה פריעדמאן שליט"א, ובשביל שמסר נפשו עליה נקראת על שמו, ווען ביי די מסיבה בבית הרה"ח ר' משה הי"ו, איז דער בנין האדיר באקרוינט געווארן בכתר שם טוב אלס "בנין משה פריעדמאן".


צו דער זייט פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט ארויסגעשיינט די באטייליגונג פון הגה"צ רבי חיים דוד כץ דומ"ץ סאטמאר בארא פארק, און דעם רבינס זון הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, וואס בהשתדלותו האט דער חשובע נדיב אצינד געשאנקען "דעם דריטן בנין האדיר" בקרב ק"ק סאטמאר בארא פארק — בנוסף צום בנין המפואר פאר מחנה סאטמאר בארא פארק אין די קעטסקילס.


הגה"צ דומ"ץ סאטמאר בארא פארק שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה, און ארויסגעהויבן בשבחו פונעם משב"ק הנערץ און זיין זון דער נדיב, דערנאך האט הרבני ר' משה שליט"א בקוצר אמרים ארויסגעברענגט זיינע הרגשים, און דאן האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברי ברכה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, לכבודו פון איש אמונו הרה"ח ר' משה, באזונדער האט דער רבי שטארק אויסגעלויבט דעם נדיב הדגול, און במיוחד ארויסגעברענגט לשבח פון די געטרייע הנהלת המוסדות אין בארא פארק והעומד בראשה הרה"ח ר' בערל לעפקאוויטש הי"ו.


דער רבי האט אויסגעפירט מיט א ברכת קודש פאר אב ובנו, אז די אלע זכותים און הבל פיהם של תינוקת של בית רבן וואס וועט ארויסגיין פון דעם בנין זאלן ביישטיין צו לאנגע געזונטע יארן מתוך שמחה, נחת והרחבת הדעת.



תגובות


bottom of page