top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פרייד צווישן חסידי סאדיגורא אין עיר ואם בישראל בארא פארק צום עפענעונג פון נייעם "סאדיגורא קלויז"

  • לפני 6 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' אחרי קדושים • ו' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

חסידי סאדיגורא אין שטאט בארא פארק גרייטן זיך די טעג צו א גאר פריידיגע מאמענט, ווען עס ווערט געגרינדעט א נייע ביהמ"ד פאר חסידי סאדיגורא תושבי בארא פארק, זייענדיג דער צווייטער סאדיגורא קלויז אין אמעריקא נאך וואס עס איז שוין פארהאן א הערליכע קלויז אין דער שטאט לעיקוואד.


דאס קומט נאכדעם וואס כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א האט ביי זיין לעצטע באזוך אין בארא פארק, באאויפטראגט די עסקנים תושבי העיר צו עפענען אן אייגענעם סאדיגורא ווינקל אינעם עיר ואם בישראל בארא פארק, ווי עס ציילן זיך א שיינע מספר אינגעלייט חסידי סאדיגורא.


די עסקנים האבן זיך תיכף אריינגעווארפן אין דעם ענין, אין די לעצטערע חדשים איז שוין פארגעקומען א קביעות'דיגע מנין יעדן שבת צופרי, און אצינד נאכן ערהאלטן די ברכת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א, האט מען זיך אפציעל ארייגעצויגן צו א נייעם געדונגענעם לאקאל אויף די 49'סטע גאס, וואו עס וועלן אפגעראכטן ווערן אלע תפלות שבת, שבת אחים און שלש סעודות מידי שבת בשבתו.



תגובות


bottom of page