top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געהויבענער מעמד יציקת הבורות פארן נייעם מקוה טהרה על יד ביהמ"ד קוזמיר אין רמה ה׳ בית שמש

  • לפני 5 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

מוצאי שב"ק פ' אחרי קדושים • ח' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: מתתיהו גאלדבערג,JDN

פארלאפענעם וואך איז פארגעקומען א געהויבענער מעמד יציקת הבורות פארן נייעם מקוה טהרה וואס ווערט געבויט על יד בית המדרש קוזמיר אין רמה ה׳ בית שמש, בנשיאות כ"ק אדמו"ר מקוזמיר שליט"א ובראשות בנו הרה״צ רבי יהודה לייב טאוב שליט״א רב הביהמ"ד.


אנהייב פונעם מעמד איז ערשינען כ״ק אדמו״ר מויזניץ בית שמש שליט״א, וועלכע האט זיך געזעצט צו א לחיים, און דערנאך אריבער צום שטח המקווה וואו ער איז מכובד געווארן צו גיסן די בורות הטבילה.


שפעטער האט כ״ק אדמו״ר מקוזמיר שליט״א געדאווענט מעריב און געציילט ספירה אין ביהמ''ד, און דערנאך קובע געווען מזוזות ביים נייעם חדר שני און אין עזרת נשים. דערנאך איז דער רבי אריבער צום שטח המקוה, וואו ער האט משמיע געווען דברי התעוררות, און מען האט געזונגען א ניגון דביקות פון הרה״ק רבי שמואל אליהו מזוואלין זי״ע.


דערנאך האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ רבי יהושע ראזנבערגער שליט״א גאב"ד קרית הרמ״א, מיטן יציקת הבורות, און נאכדעם מכבד געווען די אנדערע רבנים וואס זענען געווען אנוועזנד ביים מעמד.


מען האט געזינגען ניגוני שמחה, און דער עולם איז אריבער צום לחיים טיש אין היכל בית המדרש, וואו עס האבן אויפגעטרעטם הגה"צ גאב"ד קרת הרמ"א שליט"א און דער רב בית המדרש הרה״צ רבי יהודה לייב טאוב שליט״א.



תגובות


bottom of page