top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ויהי בונה עיר: האד' מסאטמאר באזוכט פילע נייע בוי-פראיעקטן אין קרית יטב לב - בלומינבורג

  • לפני שעתיים (2)
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' אמור • ט' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין די טעג וואס כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וויילט בביתו נאוה קודש אין קרית יטב לב בלומינבורג אויף אפרוה, האט דער רבי אויסגענוצט די געלעגנהייט צו באזוכן ביי די פילע בוי-פראיעקטן פון נייע דירות דיוועלאפמענטס וואס ווערן אצינד געבויט איבערן שטאט, וואו דער רבי האט באטראכט די שנעלע פארשריט פון די נייע הייזער וואס ווערן געבויעט פאר תלמידי וחסידי סאטמאר מיטן ציל צו לעזן דעם שווערן דירות-מאנגל און טייערע פרייזן פאר דירות אין די גרעסערע שטעט.


דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די שנעלע און פרייעדיגע אנטוויקלונגען און ערהאלטן דעטאלירטע באריכטן פון די דיוועלאפערס און עוסקים במלאכה. דער רבי האט אויסגעדרוקט קורת רוחו צו זען דעם בליענדן וואוקס פון די שטאט, און איבערגעגעבן ברכת קדשו פאר די הצלחה אין די ארבעט וואס וועט צושטעלן הונדערטער פרישע דירות פאר סאטמארע חסידים.



תגובות


bottom of page