תתחדש: חסידי תולדות אהרן אין שכונת "רמת שלמה" ירושלים זענען מחנך נייעם הערליכן ביהמ"ד
- לפני 3 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
פרייטאג פ' אחרי קדושים • ז' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס פרייד האבן די פילצאליגע יונגעלייט חסידי תולדות אהרן איינוואוינער אין "שכונת רמת שלמה" אין ירושלים דעם פארלאפענעם שבת פר' תזריע טהרה מחנך געווען דעם נייעם ביהמ"ד מפואר בתוככי השכונה, וואס וועט דינען אלס לייכט-טורעם און פנת יקרת פאר חסידי תולדות אהרן תושבי המקום.
דאס קומט נאך א שטיק צייט וואס עס האט זיך געגרינדעט אין רמת שלמה די ק"ק תולדות אהרן, נאכדעם וואס מערערע יונגעלייט חסידי תולדות אהרן האבן זיך דארט געצויגן, אין ליכט פונעם שווערן דירות קריזיס אין צענטער ירושלים.
נאך פון אנהייב אן האבן די יונגעלייט זיך אנגעהויבן צאמנעמען אויף די תפילות ביי איינע פון די אינגעלייט אין שטוב, אבער נאך א קורצע צייט ווען דער ציבור האט זיך בליעה"ר צעוואקסן האט מען בעידודו וברכת קדשו פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א זיך ארייגעלייגט אין א גרעסערע אונטערנעמונג אוועקצושטעלן א קביעות'דיגן ביהמ"ד לתורה ולתפלה.
מ'האט געטראפן א פאסיגן לאקאל אויף רחוב הרב ש"ך, וואס איז געווארן ארויסגעדינגען אויף די קומענדיגע האלבע יאר, און מ'האט דורכגעפירט א פולשטענדיגע רענאוואציע דאס אהערצושטעלן פאר'ן נייעם צייטווייליגן ביהמ"ד דחסידי תולדות אהרן.
דעם פאריגן שבת איז דער נייער ביהמ"ד באנייט געווארן בשעטומ"צ, און מ'האט געהאט די זכי' לקבל פני כבודו פון הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן שליט"א וועלכער איז ספעציעל געקומען צו פיס דעם לאנגען מהלך פון מאה שערים קיין רמת שלמה, בשליחות הקודש פון אחיו הגדול דער רבי שליט"א, צו באשיינען די ערשטע תפילות אינעם נייעם ביהמ"ד.
פאר קבלת שבת האט דער ראש ישיבה אויפגעטרעטן מיט ווארעמע דיבורים לרגל פתיחת הביהמ"ד און איבערגעגעבן ברכת קדשו פונעם רבי'ן שליט"א לרגל דעם פריידיגן מאמענט.



