top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חתונה קאמיסיע דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין קרית יואל ארבעטן אויס לעצטע דעטאלן פון נייעם תקנות חתונה-זאל

  • לפני 6 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' אמור • י' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין די יעצטיגע טעג זיצט די חתונה קאמיסיע דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין קרית יואל אויף העפטיגע באראטונגען איבער די לעצטע דעטאלן פון דעם נייעם פראכטפולן חתונה זאל וואס וועט אהערגעשטעלט ווערן אין די נאנטע צוקונפט אינעם בנין הבית רחל החדש בנין קליין, וואו עס וועלן געפראוועט ווערן חתונות פאר דעם זעלבן שטוינענד ביליגן פרייז וויפיל עס קאסט א חתונה אין די בארימטער כינור דוד זאל אין שטאט.


ווי די עסקנים גיבן איבער וועט דער נייער זאל זיין אהערגעשטעלט מיט אלע צוגעהערן, מיט אלע זייטיגע שטיבער און געברויכן פאר די משפחות פון חתן כלה, הערליך דעזיינט ווי עס פאסט פאר אזא גרויסע שמחה ווען מען גייט אויפשטעלן א פרישע אידישע שטוב.


דער זאל וועט זיין באשטימט ספעציעל פאר מחותנים וועלכע שטעלן זיך פולקאם צו צום 40,000 דאלער חתונה בודזשעט וועלכע איז פראקלאמירט געווארן דעם פארלאפענעם ווינטער, און כדי נאך מער ארויסצוהעלפן די מחותנים צו קענען חתונה מאכן מיט הרחבת הדעת ווערט דער זאל אהערגעשטעלט ספעציעל פאר די מחותנים.


באזונדער ווערן אויסגעארבעט די דעטאלן פון פארקינג און טראפיק ארום דעם זאל, ווען עס וועט אהערגעשטעלט ווערן א ספעציעלער וועג אריין און ארויס פונעם זאל, אז עס זאל נישט ווערן אנגעלייגט דורך דעם טראפיק פון דעם דערנעבנדיגן פאראדייס זאל.


די בוי ארבעט וועט זיך אנהייבן תיכף ומיד בברכת קדשו פונעם מנהיג העדה כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א און פארזעצן דורכאויס דעם קומענדיגן יאר, און מען האפט שוין צו קענען אננעמען רעזערוואציעס אין דעם נייעם זאל אויף דעם קומענדיגן זומער שנת תשפ״ז הבעל״ט.


ווי מען הערט פון די עסקנים גרייט מען זיך אין די קומענדיגע טעג ארויסצוקומען מיט נאך סערוויסעס וועלכע וועלן אהערגעשטעלט ווערן ספעציעל פאר די מחותנים וועלכע שטעלן זיך צו צו דעם 40000 דאלער חתונה פלאן.

תגובות


bottom of page