האחים אדמורי"ם מסאטמאר שליט"א ביי קביעת מזוזה פאר נייע "מטיב האלסעיל גראסערי" אין וויליאמסבורג
- לפני 18 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' צו • ז' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: הלל ליכטענשטיין
אינעם נייעם "מטיב האלסעיל געשעפט" אין וויליאמסבורג איז נעכטן דינסטאג אפגעהאלטן געווארן צוויי גייסטרייכע מעמדי קביעת מזוזה דורך האחים האדמורי"ם מסאטמאר שליט"א.
די נייע מטיב לאקאל אין וויליאמסבורג, שפאנט פאראויס נאכפאלגענדיג די געוואלדיגע דורכברוך פונעם "מטיב גראסערי" וואס אפערירט שוין אין שטאט קרית יואל די לעצטערע פאר יאר, ווי עס ווערט פארקויפט רוב גראסערי פראדוקטן פאר האלסעיל פרייזן, ארויסצוהעלפן קינדער געבענטשטע משפחות בלעיה"ר מיט די גרויסע הוצאות ביים איינקויפן עסנווארג און דאס גלייכן.
זינט די גרינדונג פון די בארימטע "חלוקה וויליאמסבורג", ווי שווערע מיליאנען זענען אויסגעטיילט געווארן צו העלפן דעם ציבור תושבי העיר, איז נארוואס אהערגעשטעלט געווארן דורך די הילף פון די עסקני החלוקה אינאיינעם מיט א צאל גרעסערע פילאנטראפן נדיבים בעם צו גרינדן אויף א פערמענאנטע פארנעם פאר רונדע דעם יאר, די בארימטע "מטיב גראסערי" אויך אין שטאט וויליאמסבורג, ארויסצוהעלפן דעם ציבור לינדערן די שווערע עסן הוצאות מיט האלסעיל פרייזן.
דער נייע גיגאנטישע מטיב גראסערי געפינט זיך אויף ראדלידזש סטריט קארנער בראדוועי, ווי די טויערן פונעם געשעפט האט זיך שוין ב"ה געעפנט אין די יעצטיגע ערב יום טוב סעזאן.
נעכטן דינסטאג נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען צום נייעם לאקאל, און זיך אומגעקוקט איבערן גאנצן געשעפט, און דאן געקלאפט א מזוזה און אפגעראכטן א מסיבת לחיים וואו דער רבי האט אנגעוואונטשן די עסקנים און מיטארבעטער. שפעטער אויפדערנאכט בעת ווען כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט זיך געפינען אין וויליאמסבורג אויף די וועכענטליכע זמני כניסה, איז דער רבי אריבערגעגאנגען צום מטיב לאקאל אויף א מעמד קביעת מזוזה און אפגעראכטן א מסיבת לחיים. ביידע אדמורי"ם שליט"א האבן אויסגעדרוקט זייער באגייסטערונג און התפעלות פון די געוואלדיגע אפטוה מיטן גרינדונג פון אזא געשעפט און אנגעוואונטשן מיט ברכות לרוב פאר אלע עוסקים ומסייעים צו קענען אנגיין מיט די פעולות חובקות לטובת העיר.

















