ותשלם המלאכה: נייע חדרי התפילה אין בנין ביהמ"ד הגדול דושיסנקיא באנייעט דורך האד' מדושינסקיא
- לפני שעתיים (2)
- זמן קריאה 2 דקות
פרייטאג פ' טהרה • ל' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטר
נאכפאלגנדיג די מאסיווע הרחבת גבולי הקדושה אין ביהמ"ד הגדול היכל מהרי"ץ דושינסקיא אין ירושלים עיה"ק, וואס איז אונטערגענומען געווארן פארלאפענעם זומער, איז אין די יעצטיגע וואכן באנייט געווארן די נייע פראכטפולע היכלי התפילה, ווען אין צוגאב צו די פיר עקזיסטירנדע שטיבלעך זענען צוגעקומען דריי נייע חדרי תפילה מפוארים, בנדבת לבם פון חשובע נדיבי עם פון אויסלאנד, ונקראו על שמם היכלי "ניידשטאט", "בערנאט", און "לעבאוויטש".
די נייע היכלים דינען אלס פרעכטיגע בתים שמגדלים בהם תפילה, צוגעבנדיג א געוואלדיגע הרחבה פאר די באי בית ה' פונעם ביהמ"ד דושינסקיא וואס איז איינס פון די גרעסטע צענטערן אינעם געגנט, וואו הונדערטער אידן, חסידי דושינסקיא צוגלייך מיט אנדערע אידן תושבי העיר זענען זיך קובע מקום לתפלתם, און דאס בנין ווירבלט כסדר מיט מאסן אידן דורכאויס אלע שעות פונעם טאג ביי די שיעורי תורה און מנייני תפילה אן א אויפהער, פונעם נץ החמה ביז די שפעטע שעות פון די נאכט.
אין די טעג פון ערב פסח איז פארגעקומען א באשיידענעם מעמד קביעת מזוזה דורך כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, וועלכער האט געדאוונט די תפילות שחרית אין די טעג פאר יום טוב יעדן טאג אין א אנדערן נייעם שטיבל לרגל די חנוכת ההיכלות. איינער פון די טעג נאכן דאווענען איז אפגעראכטן געווארן א מסיבת לחיים ברגשי שמחה והודאה, וואו עס זענען אנוועזנד געווען די עסקנים פונעם קרן הבנין און די גבאי השטיבלעך וואס זענען עומד על משמרתם פארן באקוועמליכקייט פונעם ציבור, און דער רבי שליט"א האט זיי אנגעוונטשן מברכות קדשו.
דערצו האט מען זיך אין די יעצטיגע תקופה גענומען צו די מאסיווע ארבעט פון איבערבויען און פארדאפלען דעם היכל התורה אויפן אונטערשטן שטאק פונעם בנין, וואס וועט פילפאכיג פארברייטערט ווערן אלס אן היכל רחב ידיים לטובת די הונדערטער לומדים וואס זענען קובע מקום לתורתם אינעם היכל התורה דורכאויס אלע שעות פונעם טאג.




































תגובות