top of page
גדול יהיה כבוד הבית: היסטארישער מעמד הנחת אבן הפינה פאר'ן נייעם מרכז העולמי דחסידי אלכסנדר
דינסטאג פ' מטות מסעי • כ''ב תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר מיט אומבאשרייבליכע געפילן פון שמחה און עקסטאז, און נאך צענדליגער יארן פון ארויסקוקן און ווארטן, האבן הונדערטער חסידי אלכסנדר מיטגעהאלטן דעם היסטארישן און געהויבענעם מעמד "הנחת אבן הפינה" ביים גיסן די פונדאמענטן פאר'ן נייעם פראכטפולן בנין המרכז העולמי ובית המדרש הגדול אלכסנדר, וואס ווערט אויפגעבויט אין הארץ פון עיר התורה והחסידות בני ברק, בראשות פונעם געטרייען מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א. ד


מחיל אל חיל: בוי ארבעט ביים נייעם בנין הקהילה ומוסדות סאטמאר אין ירושלים זעצט פאר אומאויפהערליך
דינסטאג פ' מטות מסעי • כ''ב תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די טעג האט די סאטמארערע קהילה אין ירושלים עיה"ק אפגעצייכענט גאנצע דריי יאר פון ווען די ערשטע טראקטאר האט זיך באוויזן אויפ'ן שטח הבני' אויף די יונה - הושע - גאס און ברוך ה' אז פון יענער טאג און ווייטער גאלאפירט די בוי ארבעט מחיל אל חיל ווייטער און ווייטער אן אויפהער. מיט שטורמישע געפילן האט מען צוגעקוקט צו די מחזה הוד וואו די געביידע הייבט זיך אויף העכער די ערד פלאך. דער צעמענט פון גאנצע פינף שטאק איז געגאסן און מען גרי


מאסיווע רענאוואציע פראיעקט אינעם היכל המתיבתא אין קרית צאנז לקראת נייעם אלול זמן
מאנטאג פ' מטות מסעי • כ''א תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די יעצטיגע טעג, בעת כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וויילט אין שטאט קיסריה אויף מנוחת הנפש, איז אין קרית מלך רב – קרית צאנז נתניה געלאזט געווארן אין גאנג א מאסיווער פראיעקט איבערצובויען און איבערפרישן דעם גרויסן היכל המתיבתא. דער בנין מתיבתא איז נאך געבויט געווארן דורך הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע, און האט יארן לאנג געדינט אלס דעם ביהמ"ד וואו דער רבי זצ"ל און שפעטער דער היינטיגער רבי שליט"א האבן געפראוועט זייער עבו


ווידיאו • מעמד הנחת אבן הפינה פארן נייעם ביהמ"ד הגדול דחסידי אלכסנדר אין בני ברק
מאנטאג פ' מטות מסעי • כ''א תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש


פלייץ פון שמחה וחדוה ביי אלכסנדר חסידים צום מעמד הנחת אבן הפינה פארן מרכז העולמי דחסידי אלכסנדר
מיטוואך פ' חקת בלק • ט"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי אלכנסדר ציילן שוין די טעג צו די היסטארישע און זעלטענע מעמד חגיגת הנחת אבן הפינה, פאר די נייע פראכטפולע מרכז העולמי דחסידי אלכסנדר, וואס ווערט געבויעט מיט פיל פראכט אין צענטער פון שטאט בני ברק, ביים אחיעזר גאס. מיט איבער א האלבע יאר צוריק האט מען אנגעהויבן די פאקטישע ארבעט אנצוגרייטן דעם באדן פונעם אלטן ביהמ"ד פאר די בוי פראיעקט, און דורכאויס די לעצטע פאר חדשים נאכן צעווארפן דעם ביהמ"ד, סותר על מנת לבנות, האט מען ארויסגע


מעמד קביעת מזוזה ופתיחת שערים פון נייע ביהמ"ד "אמרי סופר" ערלוי אין רמה ד' בית שמש
מאנטאג פ' חקת בלק • י''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. איזנבאך חסידי ערלוי האבן פאריגע וואך געפייערט די מעמד קביעת מזוזות און פתיחת שערים פארן נייעם בית המדרש המפואר "אמרי סופר" ערלוי אין די רמה ד' געגענט, וועלכע איז באנייט געווארן אלס א הערליכע צענטער לתורה ותפילה, בדרך המסורה לצדיקי הסופרים. די מעמד איז באשיינט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א וואס האט זיך ספעציעל מטריח געווען און אנגעקומען בשערי העיר צו באשיינען די מאורע. ביים אנקומען צום נייעם בית המדרש


מעמד קביעת מזוזה פארגעקומען אין די נייע אפיסעס פון "מיינדסעט" קאמבאנירט מיט סיום ששה סדרי משנה
מיטוואך פ' חקת בלק • ט' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש א הערליכע מעמד איז פארגעקומען אין די נייע אפטיילונג פון די "מיינדסעט לידערשיפ גראופ", וועלכע האט זיך נארוואס פארברייטערט מיטן צוהעלפן און באגלייטן נאן-פראפיט ארגאניזאציעס, ישיבות, קהילות און מוסדות הקדושים מיט וויכטיגע אקטיוויטעטן און געניטע סטראטעגיעס, וואס פלעגט ביז לעצטענס אנגיין אונטערן נאמען "ציבור פרא קאנסאלטינג" פאר עטליכע יארן, און האט זיך ערווארבן א שטארקע באזע פון די גאר אנערקענסטע פון אלע שיכטן און קרייזן איבער די ג


חסידי סאטמאר תושבי מאנטריאל אונטערן רושם פון קורצע ביקור המרומם פון האד' מסאטמאר | ברייטע דעקונג
מיטוואך פ' חקת בלק • ט' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש א יו"ט'דיגע שטימונג האט די וואך געהערשט צווישן עדת חסידי סאטמאר אין מאנטרעאל, במשך די ימי הביקור פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס איז געקומען צו פארן אויף א באזוך בקרב עדת תלמידיו וחסידיו תושבי העיר. ווי שוין באריכטעט איז דער רבי שליט"א געקומען צו פארן קיין מאנטרעאל לרגל דעם גמר המקח פון דעם נייעם גיגאנטשין בנין פאר די סאטמארער תלמוד תורה אין די שטאט, ווען דערביי האט מען די זכי' מקבל צו זיין חיזוק והדרכה וואס דער רבי שליט"א


אבן מאסו הבונים: מעמד אדיר "הנחת אבן הפינה" פאר בנין ביהמ"ד הגדול דק"ק באבוב 45 אין לאנדאן
מאנטאג פ' חקת בלק • ז' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בלום, מיט רגשי גילה ושמחה און אומבאשרייבליכע עקסטאז האבן חסידי באבוב-45 אין לאנדאן מיטגעהאלטן דעם היסטארישן און געהויבענעם מעמד "הנחת אבן הפנה" פארן נייעם פראכטפולן ביהמ"ד דחסידי באבוב-45, וואס ווערט אין די טעג אויפגעבויט אין צענטער פון שטאט, ומלכם בראשם כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א, וועלכער איז געקומען צו פארן פערזענליך פון ניו יארק מפאר צו זיין בראש השמחה. די קהלה הקדושה באבוב 45 אין לאנדאן, וואס דינט שוי


מחיל אל חיל: מעמד קנין זכותים צו 3.5 מיליאן דאלער נדבה דורך הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו פאר מוסדות סאטמאר קרית יואל
מאנטאג פ' חקת בלק • ז' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן זונטאג אויפדערנאכט איז אפגעהאלטן געווארן א זעלטענער "מעמד לחיים וקנין זכותים" בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א צו א היסטארישער דאפעלטער נדבה עצומה לטובת מוסדות סאטמאר קרית יואל, ביי וועלכן דער שר הנדיבים בחצר הקודש סאטמאר, הנגיד רבי ליפא פריעדמאן הי"ו, וואס האט שוין געלאזט בויען מעכטיגע בנינים איינס נאך'ן אנדערן פאר ממלכת סאטמאר, האט אצינד געשאנקן א פרישע נדבה עצומה פאר'ן גיגאנטישן תלמוד תורה געביידע "בנין יו


גדול יהיה: אלטע ביהמ"ד צאנז זמיגראד ווערט אראפגעווארפן פאר מאסיווע פראיעקט אויפצובויען נייע ביהמ"ד הגדול
זונטאג פ' חקת בלק • ו' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש גרויס שמחה נעמט ארום חסידי ואוהדי בית צאנז זמיגראד צו די מאסיווע הרחבת גבולי הקדושה וואס איז אין די יעצטיגע טעג אריין אין שוואונג, אויפצובויען א נייעם פראכטפולן בית גדול וקדוש, ביהמ"ד דחסידי צאנז זמיגראד בנשיאות הוד כ"ק אדמו"ר מצאנז זמיגראד שליט"א על ישראל הדרתו בעיר ואם וישראל בארא פארק. דער פראיעקט ווערט אונטערגענומען נאכדעם וואס דער אלטער נאסטאלגישער בית מדרשו של רבי איז שוין לאנג אויסגעוואקסן פון פלאץ, און דער לחץ זו הדחק ש


קורצע באזוך דורך הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א מסקווירא אין אויפבליענדע ישוב רמה ד' בית שמש
זונטאג פ' חקת בלק • ו' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך, ארי קופרשטוק חסידי סקווירא אין בית שמש האבן מיטגעלעבט א געהויבענעם טאג בצל הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א, וועלכער איז געקומען צו פארן אויף אן איין-טאגיגן באזוך, בשליחות הקודש פון אביו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, צו באשיינען די ריי מעמדים פון חסידי סקווירא תושבי העיר. מאנטאג אינדערפרי א' דר"ח איז רבי אהרן מענדל שליט"א אנגעקומען קיין בית שמש, און איז צוגעפארן לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' א


עלעגאנטער מעמד "חנוכת הבית" פון נייעם פראכטפולער בנין בית רחל "בנין מאנדל" פון סאטמארער מוסדות אין וומסב"ג
דאנערשטאג פ' קרח • ג' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש א רייך-עלעגאנטער מעמד "חנוכת הבית" איז פארלאפענעם וואך אפגעראכטן געווארן פארן נייעם פראכטפולער בנין בית רחל "בנין מאנדל" פון סאטמארער מוסדות אין וויליאמסבורג, געווידמעט פאר די נדבני הבנין אויף א פריוואטער פארנעם אינעם נייעם חתונה זאל פונעם בית רחל החדש. ס'איז געווען אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס איז ספעיציעל אריינגעקומען קיין וויליאמסבורג צו באשיינען די מעמד. ביים אנקומען איז דער רבי צום ערשט ארויף אויף די העכערע


חדש ימינו כקדם: אלטן וויענער בית הכנסת באנייעט ביי וועכענטליכע שיעור דורך האד' מוויען
דינסטאג פ' קרח • א' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש תלמידי וחסידי וויען האבן פארלאפענעם ליל שישי בהעלותך מיט גרויס התרגשות באנייעט דעם נייעם היכל הביהמ"ד פונעם נאסטאלגישע וויענער בית הכנסת אויף די 50'סטע גאס אין בארא פארק, ביים וועכנטליגן שיעור פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א. ווי שוין ברייט באריכטערט איז מיט עטליכע וואכן צוריק געמאלדן געווארן די בשורה מרנינה אז נאך יארן וואס דער וויענער קהילה האט זיך באנוצט מיט א געדינגענע לאקאל איז געלאזט געווארן אין גאנג א פראיעקט מיטן


הנגיד ר' שלמה פעדער הי"ו אפגעקויפט זכות פון נייעם תקנות חתונה-זאל אין בנין הבית רחל החדש אין קרית יואל
מאנטאג פ' קרח • ל' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י. שטיין פארלאפענעם ליל שישי איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' יצחק פעדער הי"ו לרפו"ש אין קרית יואל, ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ביי וועלכן בנו הרבני הנגיד ר' שלמה פעדער הי"ו פון וויליאמסבורג האט אפגעקויפט די זכות פון די נייע 'תקנות חתונה זאל' וועלכע ווערט געבויעט אינעם בנין הבית רחל החדש 'בנין קליין' אין קרית יואל, פאר די פאנטאסטישע סומע פון פינף מיליאן דאלער! עס זענען אנוועזנד גע


מוסדות ראחמיסטריווקא לעיקוואד געשלאסן מקח אויף גיגאנטישע שטח פארן תלמוד תורה "זכר יוחנן ראחמיסטריווקא"
מאנטאג פ' קרח • ל' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט שטורמישע רגשי שבח והודיה האבן חסידי ראחמיסטריווקא לעיקוואד אויפגענומען די בשורה מרנינה, אז נאך לאנגע חדשים הארעוואניע, דמים תרתי משמע, האט מען נארוואס באוויזן צו שליסן מקח פאר א נייעם ריזיגן שטח ורחב ידים, אויף די פראספעקט גאס אין לעיקוואד, אויף וועלכן עס וועט אי"ה אויפגעבויעט ווערן דער נייער פרעכטיגער אכסניא של תורה פארן "תלמוד תורה זכר יוחנן ראחמיסטריווקא" בנשיאות כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא לעיקוואד שליט"א. די ראחמיסטריווקא תל


מערבין שמחה בשמחה: חנוכת הבנינים פון מוסדות סקווירא מאנטריאל געפייערט ביי שבע ברכות אין רבינס הויף
מאנטאג פ' קרח • ל' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער חסידי סקווירא פון מאנטריאל, און איבערהויפט די תומכים און ידידים פון די ארטיגע מוסדות, האבן פאריגע וואך זונטאג מיטגעהאלטן א היסטארישע און דערהויבענע מעמד, ווען עס איז געפראוועט געווארן די לאנג ערווארטעטע חנוכת הבנינים פאר פרישע בנינים אדירים וועלכע דינען אלס אכסניא של תורה פאר די סקווירא מוסדות אין מאנטריאל. די מעמד איז געפראוועט געווארן בשמחה ובחדוה בראשות כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, אין די זאלן פון ע


געהויבענער מעמד "הנחת אבן הפינה" פארן נייעם בנין ישיבה גדולה טאהש אין טשעסטער - ניו יארק
זונטאג פ' קרח • כ''ט סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש אן אומבאשרייבליכע אטמאספערע פון שמחה און עקסטאז האט ארומגענומען די ווענט פון ישיבה גדולה תורה משולם פייש ד'טאהש אין טשעסטער ניו יארק, ווען עס איז געפייערט געווארן דער היסטארישער מעמד הנחת אבן הפינה פארן נייעם בנין האדיר והמפואר, וועלכער וועט בעזרת השם דינען אלס אכסניא של תורה פאר די הונדערטער בחורים מצוינים. דער מעמד איז פארגעקומען דעם פארלאפענעם ערב שבת קודש בהעלותך, אלס הכנה צום געהויבענעם שבת קודש וואס כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א


ענדגילטיגער מקח אויף נייעם ביהמ"ד פאר חסידי וויזניץ וויליאמסבורג אין שטאט מאנסי
דאנערשטאג פ' שלח • כ''ו סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט אויסטערלישע עקסטאז און פרייד ווערט אויפגענומען די בשורה מרנינה ביי חסידי וויזניץ וויליאמסבורג ובפרט תושבי מאנסי איבער די ענדגילטיגע מקח אויף א מקום רחבת ידים אויף מעיפל טערעס, וואו עס וועט געגרינדעט ווערן א נייע ביהמ''ד לתורה ולתפילה וואס וועט דינען אלס לייכט-טורעם פאר חסידי וויזניץ וויליאמסבורג תושבי מאנסי לחזק ולהתחזק כאיש אחד בלב אחד תחת נשיאתו והדרכתו פון כ''ק אדמו''ר מוויזניץ וויליאמסבורג שליט''א. דאס קומט נאכדעם וואס


נייע תלמוד תורה דחסידי צאנז אין לאנדאן וועט געעפנט ווערן צום שנת הלימודים תשפ"ז
דאנערשטאג פ' שלח • כ''ו סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש א שטראם פון שמחה וחדוה נעמט ארום די פילצאליגע חסידי צאנז תושבי לאנדאן, מיט די בשורה טובה ומשמחת אז בהורמנותא דמלכא פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועט צום קומענדיגן לערן יאר שנת תשפ"ז געעפנט ווערן א נייע תלמוד תורה 'דרכי אבות' דחסידי צאנז אין לאנדאן. קהילת צאנז אין לאנדאן באשטייט פון א הערליכן ציבור חסידים ואנשי מעשה וועלכע קוקן שוין לאנג ארויס פאר אן אייגענעם ווינקל אויפצוציען זייער קינדער די ילדי חמד היקרים על דרך הסלולה, און א


bottom of page
