גדול יהיה: אלטע ביהמ"ד צאנז זמיגראד ווערט אראפגעווארפן פאר מאסיווע פראיעקט אויפצובויען נייע ביהמ"ד הגדול
- 21 ביוני
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' חקת בלק • ו' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

גרויס שמחה נעמט ארום חסידי ואוהדי בית צאנז זמיגראד צו די מאסיווע הרחבת גבולי הקדושה וואס איז אין די יעצטיגע טעג אריין אין שוואונג, אויפצובויען א נייעם פראכטפולן בית גדול וקדוש, ביהמ"ד דחסידי צאנז זמיגראד בנשיאות הוד כ"ק אדמו"ר מצאנז זמיגראד שליט"א על ישראל הדרתו בעיר ואם וישראל בארא פארק.
דער פראיעקט ווערט אונטערגענומען נאכדעם וואס דער אלטער נאסטאלגישער בית מדרשו של רבי איז שוין לאנג אויסגעוואקסן פון פלאץ, און דער לחץ זו הדחק שפירט זיך מדי שבת בשבתו, ובפרט אין די ימים טובים ויומי דפגרא ווען דער צאנז זמיגראדער הויף ווערט באלאגערט דורך הונדערטער חסידים ומעריצים וועלכע קומען זיך קלאמערן און זיך ווארעמען בצלו הבהיר פונעם צאנז זמיגראדער רבי'ן שליט"א.
דער נייער ביהמ"ד וועט אויפגעבויט ווערן אויפ'ן פלאץ פונעם אלטן ביהמ"ד אוי, די פופציגסטער גאס, וואס ווערט גענצליך אראפגעווארפן, וגדול יהיה בית האחרון, ווען עס וועט אויפגעבויט ווערן א ביהמ"ד גדול ומפואר אויפ'ן שטח הגדול, וואס נעמט אריין סיי דער פלאץ פונעם אלטן ביהמ"ד, און סיי דער שטח החדש הינטער'ן ביהמ"ד, וואס איז אפגעקויפט געווארן דורך די הנהלת הקהלה מיט 10 יאר צוריק, און אצינד נאכ'ן ערהאלטן די ענדגילטיגע פערמיטן, וועט מען זיך נעמען לבנות הספיר, אויפבצובויען דעם נייעם ביהמ"ד.
אין די יעצטיגע טעג גרייט מען זיך צו די ערשטע פאזע פונעם פראיעקט, לסתור על מנת לבנות, ווען דער אלטער בנין וועט ווערן אומגעווארפן, דערונטער ביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן שליט"א, אויפן שטאק העכער'ן ביהמ"ד.
דער רבי האט זיך אין די טעג אריבערגעצויגן צו די דירה פון הנגיד ר' אנשיל פריעדמאן, וואו עס וועט זיין משכן הצדיק אין לויף פונעם בויען, און דער ביהמ"ד איז אריבערגעפירט געווארן אין די שכינות'דיגע ישיבה "חתן סופר".
דער נייער ביהמ"ד ווערט אהערגעשטעלט ברוב פאר והדר ורחבת ידים, א היכל ביהמ"ד פון דריי טויזנט סקווער פיס, און אלע צוגעהערן לתורה ולתפלה לשם ולתפארת, ווי אויך וועט אויפגעבויט ווערן א נייע דירה פאר'ן רבי'ן אינעם נייעם בנין הביהמ"ד.
לויט'ן פלאן וועט שלב א' פונעם פראיעקט שוין זיין גרייט אויף די הייליגע טעג פונעם נייעם יאר תשפ"ז, און די תפילות במשך די הייליגע טעג וועלן שוין פארקומען אויפן רויען שטח הביהמ"ד, און דערנאך אין לויף פון די ווינטער חדשים וועט די קאסטרוקציע פארזעצן צו פארענדיגן דעם בנין בכלילת יופי.





תגובות