מחיל אל חיל: בוי ארבעט ביים נייעם בנין הקהילה ומוסדות סאטמאר אין ירושלים זעצט פאר אומאויפהערליך
- לפני 3 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' מטות מסעי • כ''ב תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין די טעג האט די סאטמארערע קהילה אין ירושלים עיה"ק אפגעצייכענט גאנצע דריי יאר פון ווען די ערשטע טראקטאר האט זיך באוויזן אויפ'ן שטח הבני' אויף די יונה - הושע - גאס און ברוך ה' אז פון יענער טאג און ווייטער גאלאפירט די בוי ארבעט מחיל אל חיל ווייטער און ווייטער אן אויפהער.
מיט שטורמישע געפילן האט מען צוגעקוקט צו די מחזה הוד וואו די געביידע הייבט זיך אויף העכער די ערד פלאך. דער צעמענט פון גאנצע פינף שטאק איז געגאסן און מען גרייט זיך צו גיסן די העכערע שטאקן. אין די זעלבע צייט ווען מ'גיסט די קומענדיגע שטאקן וועלכע וועט בעז''ה אנקומען צו גאנצע צען שטאק אינאיינעם מיט די אונטער ערדישע שטאקן.
ביי די סאטמארער חסידים ווערט די אנטוויקלונג אויפגענומען מיט א קענטליכע התרגשות זיך דערמאנענדיג ווי בלויז דריי יאר צוריק איז מען געשטאנען אין א מצב אז די שול איז געווארן גענצליך פאברענט און ברוך ה' היינט דערלעבט מען דעם 'עתיד לבנותה' ווען עס בויט זיך דער בנין אן אפשטעל.
דורכאויס די דריי ייאר פון גאלאפירענדע בוי ארבעט איז אונטערגעקומען מערערע שטרויכלונגען סיי מצד די מלחמה און אויך כרגע ווען די דאלער איז דראסטיש געפאלן קעגן די ארטיגע וואלוטע. נעמענדיג אין באטראכט אז דאס געלט קומט פון אויסלאנד און דאס האט א באדייטפולע אויסווירקונג איז מען געווען זיכער אז דאס וועט האבן אן איינפלוס אבער בחסדי שמים איז עס ממשיך מיט'ן פולן טעמפא אין באגלייטיגונג פון די חשובע עסקנים פון אויסלאנד ואתם עמם די עסקנים פון דער קרן הבנין.















