חדש ימינו כקדם: אלטן וויענער בית הכנסת באנייעט ביי וועכענטליכע שיעור דורך האד' מוויען
- לפני 16 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' קרח • א' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

תלמידי וחסידי וויען האבן פארלאפענעם ליל שישי בהעלותך מיט גרויס התרגשות באנייעט דעם נייעם היכל הביהמ"ד פונעם נאסטאלגישע וויענער בית הכנסת אויף די 50'סטע גאס אין בארא פארק, ביים וועכנטליגן שיעור פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א.
ווי שוין ברייט באריכטערט איז מיט עטליכע וואכן צוריק געמאלדן געווארן די בשורה מרנינה אז נאך יארן וואס דער וויענער קהילה האט זיך באנוצט מיט א געדינגענע לאקאל איז געלאזט געווארן אין גאנג א פראיעקט מיטן נאמען "לפאר ולרומם" איבערצובויען דעם אלטן וויענער ביהמ"ד כדי עס זאל קענען דינען אלס א פאסיגע מקום תורה ותפלה פאר די אינגעלייט תלמידי וחסידי וויען אין בארא פארק, וועלכע ווילן זיך פירן אויפ'ן חסידישן וועג בדרך המסורה.
אצינד נאכדעם וואס דער פראיעקט האט זיך פאראויס גערוקט מיט א שנעלן אימפעט, און מען האט פארענדיגט די מינימאלע קאנסטראקשן וואס עס פעלט זיך אויס אז מען זאל קענען דארט דאווענען און לערנען בהרחבת הדעת, האט דאס ביהמ"ד שוין אנגעהויבן דינען אלס אכסניא של תורה ווען כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א האט דארט פארגעלערנט דעם וועכענטליכן שיעור אין ספר הקדוש "אור החיים". עס איז געווען א מחזה הוד צו זען דעם רבין שליט"א זיצן בראש השולחן אינעם פריש רענאווירטן היכל, ארומגענומען מיט צענדליגער תלמידים וחסידים וואס האבן מיט דורשט געשלונגען די דברי פי חכם חן.
אין די זעלבע צייט זעהט זיך אן די העפטיגע בוי ארבעט אין די אנדערע חלקים פונעם ביהמ"ד, און גלייכצייטיג גייט אן די קאמפיין צו שאפן די נויטיגע סכומים צווישן די חברי הקהילה וואס ווילן האבן א חלק אינעם פראיעקט לפאר ולרומם בית השם.









