מאסיווע רענאוואציע פראיעקט אינעם היכל המתיבתא אין קרית צאנז לקראת נייעם אלול זמן
- לפני שעה (1)
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' מטות מסעי • כ''א תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין די יעצטיגע טעג, בעת כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וויילט אין שטאט קיסריה אויף מנוחת הנפש, איז אין קרית מלך רב – קרית צאנז נתניה געלאזט געווארן אין גאנג א מאסיווער פראיעקט איבערצובויען און איבערפרישן דעם גרויסן היכל המתיבתא.
דער בנין מתיבתא איז נאך געבויט געווארן דורך הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע, און האט יארן לאנג געדינט אלס דעם ביהמ"ד וואו דער רבי זצ"ל און שפעטער דער היינטיגער רבי שליט"א האבן געפראוועט זייער עבודת הקודש מדי שבת בשבתו, ביז מען איז, צוליב מאנגל אין פלאץ, געווען געצווינגען אריבערצופירן די גרעסערע מאורעות און טישן צום היכל ראזענבערג, אין די צייט וואס די שבת'דיגע טישן און אנדערע קלענערע מעמדים בחצר הקודש ווערן נאך ביזן היינטיגן טאג געפראוועט אינעם היכל המתיבתא, והעולה על כולנה דינט דער מתיבתא אלס דער היכל הישיבה גדולה וואו די בחורי חמד הארעווען על התורה ועל העבודה מדי יום ביומו צווישן די הייליגע אויסגעווייקטע ווענט.
אצינד, נאך גאנצע פערציג יאר זינט מען האט אויפגעבויעט דעם היכל, איז די הנהלה געקומען צום באשלוס אז נאכ'ן שוין זיין אזויפיל יארן אין באנוץ, פעלט זיך אויס אן איבערפרישונג, איבערצומאכן פארשענערן דעם בית השם כראוי וכיאות. דאס רעכנט אריין גענצליך איבערבויען די אינערליכע סטרוקטור, איינשטעלן פרישע ערקאנדישענינג סיסטעמען, באנייען די שענק און די מעבל, כדי צו ברענגען דעם היכל לידי גמר אויף א פראכטפולן פארנעם, לכבוד התורה ולומדיה.
אין די יעצטיגע טעג האט מען שוין אנגעהויבן די בוי ארבעט מיט א אומגעהויערע שנעלקייט, רונדע דעם זייגער, כדי צו קענען פארענדיגן דעם פראיעקט אין א בליץ-שנעלע צייט פון בלויז פיר וואכן, ביז צום נייעם זמן אלול הבעל"ט, אז די בחורי חמד זאלן קענען אריינגיין צום פרישן זמן הלימודים אינעם נייעם אויפגעפרישטן היכל, רענאווירט בתכלית היופי וההדר, און גלייכצייטיג קענען שטיין צו דינסט ביי די שולחנות הטהורים ווען דער רבי שליט"א קערט זיך צוריק קיין קרית צאנז.
צוליב די אנגייענדע בוי ארבעט, זענען די הונדערטער בחורי הישיבה דערווייל פלאצירט אינעם גרויסן זאל פון היכל ראזענבערג אין קרית צאנז, וואו מען האט צוגעשטעלט אלע באקוועמליכקייטן שלא יבוטל התמיד און די סדרי הישיבה זאלן קענען ווייטער אנגיין אומגעשטערט.





תגובות