קורצע באזוך דורך הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א מסקווירא אין אויפבליענדע ישוב רמה ד' בית שמש
- 21 ביוני
- זמן קריאה 3 דקות
זונטאג פ' חקת בלק • ו' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך, ארי קופרשטוק
חסידי סקווירא אין בית שמש האבן מיטגעלעבט א געהויבענעם טאג בצל הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א, וועלכער איז געקומען צו פארן אויף אן איין-טאגיגן באזוך, בשליחות הקודש פון אביו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, צו באשיינען די ריי מעמדים פון חסידי סקווירא תושבי העיר.
מאנטאג אינדערפרי א' דר"ח איז רבי אהרן מענדל שליט"א אנגעקומען קיין בית שמש, און איז צוגעפארן לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' אהרן דימאנט הי"ו.
צום דאווענען איז רא"מ שליט"א ערשינען אין סקווערער שטיבל אין רמת ב', וואו עס זענען געווען פארזאמלט די פילצאליגע חסידים תושבי העיר, צוזאמען מיט די בחורי חמד און ילדי תשב"ר פון די עלטערע כתות אין די תלמוד תורה, וואס האבן געדאוונט צוזאמען א פייערדיגן תפלת שחרית, ובפרט ביי אמירת ההלל צו וועלכן רא"מ האט יורד געווען לפני התיבה.
נאכן דאווענען איז אפגעראכטן געווארן א מסיבת קבלת פנים, ביי וועלכן מ'האט געזונגען ניגונים, און מ'האט געהערט די פאסיגע באגריסונג פונעם דומ"ץ הרה"ג רבי הערשל איינהארן שליט"א. דאן האט רא"מ משמיע געווען א שמועס און דערציילט סיפורי צדיקים. שפעטער האט רא"מ פארטיילט מטבעות לרגל דעם קרי"ש-ליינען פון אן אייניקל וואס קומט פאר קומענדיגע טעג אין שיכון סקווירא.
אין די מיטאג שטונדן איז אפגעהאלטן געווארן א "מעמד קדשינו" מיט די תשב"ר תלמידי הת"ת, וואס האבן זיך מקבל געווען קבלות טובות צו זיין אפגעשיידט פון די טעכנאלאגישע כלים. די קינדער האבן געזונגען ניגונים און גראמען, און איבערגעגעבן די שטרות, דערנאך האט רא"מ פארטיילט מתנות און משמיע געווען מאמרותיו.
אין די נאכמיטאג שעות איז רא"מ אנגעקומען קיין רמת ד' אין בית שמש, און נאך א קורצן באזוך ביי הרה"צ רבי יוסף מאיר רוקח שליט"א אבד"ק מאחנובקא בעלזא בית שמש בן כ"ק אדמו"ר ממחנובקא-בעלזא שליט"א, איז רא"מ אנגעקומען צום נייעם בנין ביהמ"ד אין די געגנט, וואו ער האט קובע געווען די מזוזה אויפ'ן פתח השער פונעם חדר הוראה אין ביהמ"ד, און דאן האט מען זיך געשטעלט דאווענען מנחה, צו וועלכן רא"מ האט יורד געווען לפני התיבה.
לרגל דעם חנוכת הבית האט מען געזאגט ח"י קאפיטלעך תהלים, וואס רא"מ האט פארגעזאגט אין די מיוחס'דיגע תהלים פון רבי שאול וואהל זצ"ל, וואס דער רבי שליט"א האט ספעציעל געשיקט צום מעמד.
אינדרויסן פון ביהמ"ד איז דערנאך אפגעראכטן געווארן דער "הנחת אבן הפינה" פון די נייע מקוה וואס וועט געבויט ווערן אין חצר נעבן ביהמ"ד. נאכדעם וואס רא"מ האט אריינגעלייגט מטבעות און אבני הפינה, האט מען געזונגען ניגונים און געהערט שיינע דרשות.
פון די שענסטע מעמדים איז געווען דער מעמד הכנסת ספר תורה, וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום נייעם ביהמ"ד בנדבת לבו פון הרה"ח ר' יעקב יוסף אדלער הי"ו. די ספר תורה, וואס איז שוין נגמר געווארן פארלאפענעם ווינטער בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, האט דער רבי שליט"א אליין געפראוועט די ריקודין מיט איר.
רא"מ האט ארויסגעפירט די ספר תורה לרחובה של עיר, און מען איז געגאנגען דעם לאנגן וועג, באגלייט בתוף ובמחול. אין ביהמ"ד האט רא"מ געפראוועט די ריקודין, פארגעזאגט די מזמורים, און נאכן גולל זיין די ספר תורה, ממשיך געווען מיט די ריקודין כנהוג.
נאך א באזוך אין שטוב פון הגה"צ רבי הערשל איינהארן שליט"א, דומ"ץ סקווירא-בית שמש, האט רא"מ מפאר געווען בראש ביי די סעודה לגומרה של תורה, וואו עס האבן זיך משתתף געווען פילע רבני העיר שליט"א, און מ'האט געהערט די דרשות פון הרה"ג רבי הערש אלימלך גאלדקלאנג שליט"א, דומ"ץ הביהמ"ד, און הרה"ג רבי אפרים גרינבוים שליט"א.
דאן האט רבי אהרן מענדל איבערגעגעבן דעם ברכת הקודש, וואס דער רבי שליט"א האט ספעציעל געשיקט צום מעמד, און ממשיך געווען מיט א לענגערן שמועס בדברי חיזוק והדרכה.
מיט'ן בענטשן איז מכובד געווארן דער דומ"ץ הביהמ"ד שליט"א, און מ'האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע ריקודין לכבוד התורה.
גלייך נאכן מעמד איז רא"מ צוגעפארן צום לופטפעלד, פון וואו ער האט זיך ארויסגעלאזט אין וועג קיין קאליפארניע, וואו ער וועט וויילן בצל אביו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אין מאליבו.






























































































תגובות