ענדגילטיגער מקח אויף נייעם ביהמ"ד פאר חסידי וויזניץ וויליאמסבורג אין שטאט מאנסי
- לפני שעה (1)
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' שלח • כ''ו סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט אויסטערלישע עקסטאז און פרייד ווערט אויפגענומען די בשורה מרנינה ביי חסידי וויזניץ וויליאמסבורג ובפרט תושבי מאנסי איבער די ענדגילטיגע מקח אויף א מקום רחבת ידים אויף וועסט מעיפל עוועניו, וואו עס וועט געגרינדעט ווערן א נייע ביהמ''ד לתורה ולתפילה וואס וועט דינען אלס לייכט-טורעם פאר חסידי וויזניץ וויליאמסבורג תושבי מאנסי לחזק ולהתחזק כאיש אחד בלב אחד תחת נשיאתו והדרכתו פון כ''ק אדמו''ר מוויזניץ וויליאמסבורג שליט''א.
דאס קומט נאכדעם וואס אין די לעצטערע יארן האט זיך שטארק געשפירט די צורך אפצוקויפן אן אייגענעם ביהמ''ד רחבת ידים צוליב די ריבוי העם בליעה''ר וואס ווערט אלס הולך ונתרבה, נאכדעם וואס רוב יוצאי הישיבה ותלמידי המוסדות האבן חתונה קיין מאנסי און פארמאגן נאכנישט קיין פאסיגע מקום קבוע צו פארברענגען אינאיינעם אינדערוואכן און שבתים בדיבוק חברים מיט הרחבת הדעת וואנדערנדיג צווישן פארשידענע געדינגענע לאקאלן.
זעהנדיג די נחיצות הענין האט די רבי שליט"א געשטעלט עטליכע טעטיגע אינגעלייט אונטערן אויפזיכט פון בנו יחידו הרה"צ ר' חיים מאיר האגער שליט"א וואס זאלן אפירזוכן א פאסיגע מקום קבע פאר א ביהמ"ד לתורה ולתפלה.
במשך די גאנצע צייט ביז מען האט געשלאסן מקח, איז די רבי שליט"א געווען אריינגעטוהן אין אלע אפציעס אויפן טיש און באגלייט די עסקנים בעצה ותושיע. באזונדער האט דער רבי זיך כסדר געהאלטן אין פארבינדונג מיט אחיו הגדול כ''ק אדמו''ר מוויזניץ מאנסי שליט"א וואס שטרייכט ווידער אונטער די שלום ושלוה וואס הערשט בחצרות בית וויזניץ אין א בחינה פון וראך ושמח בלבו.
אין די קומענדיגע טעג וועט געלאזט ווערן אין גאנג א קרן הבנין קאמפיין אנצושליסן כל קהלא קדישא לטובת די גמר המקח לנצח על מלאכת בית ה', ביז מען וועט בס''ד אנקומען אל המנוחה ואל הנחלה און באנייען דעם ביהמ''ד כלול בהדרו.





תגובות