עלעגאנטער מעמד "חנוכת הבית" פון נייעם פראכטפולער בנין בית רחל "בנין מאנדל" פון סאטמארער מוסדות אין וומסב"ג
- לפני 5 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' קרח • ג' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

א רייך-עלעגאנטער מעמד "חנוכת הבית" איז פארלאפענעם וואך אפגעראכטן געווארן פארן נייעם פראכטפולער בנין בית רחל "בנין מאנדל" פון סאטמארער מוסדות אין וויליאמסבורג, געווידמעט פאר די נדבני הבנין אויף א פריוואטער פארנעם אינעם נייעם חתונה זאל פונעם בית רחל החדש. ס'איז געווען אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס איז ספעיציעל אריינגעקומען קיין וויליאמסבורג צו באשיינען די מעמד.
ביים אנקומען איז דער רבי צום ערשט ארויף אויף די העכערע שטאקן פונעם בנין און זיך אומגעקוקט אויף די קלאס ציממערן, דערנאך איז דער רבי אראפ אויפן ערשטן שטאק צום פראכטפולן מעמד חנוכת הבית.
די מעמד איז געווארן אנגעפירט בטוב טעם דורכן משמח אלוקים ואנשים הרה"ח ר' נחמן ליווי הי"ו, דער דבר המוסדות איז געהערט געווארן דורך הנגיד ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו מראשי הנהלת המוסדות, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו - מראה"ק ומגדולי נדבני הבנין וועלכע האט אויפגערופן הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו צו משמיע זיין דעם דבר המעמד.
ר' יחזקאל דוד הי"ו האט פארגעשטעלט די השתלשלות הענינים און די מניעות וואס די מוסדות איז אדורך אין די לעצטע צען יאר, און איבער די אפהאלטונגען צו בויען די בנין הבית רחל ביז מען האט גומר געווען דעם מולטי מיליאן דאללער'דיגע פראיעקט בתכלית השלימות. ער האט דערביי אויסגערעכנט די גרויסע נדבות פון די נגידי סאטמאר וואס האבן זיך געלאזט קאסטן פאר דעם פראיעקט.
דערנאך איז פארגעקומען די מעמד חתימת שטרות ווי די צענדליגע נדבנים האבן געהאט די געלעגענהייט אינטערצושרייבן די שטרות אפצוקויפן גרעסערע זכותים אינעם בנין הבית רחל, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט יעדע נדבן באזונדער און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו, עקסטער האט דער רבי גאר ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן הבנין הרבני הנגיד ר' אברהם יודא מאנדל הי"ו.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש און ארויסגעברענגט אז דורך מחנך זיין ערליכע אידישע טעכטער איז מען זוכה צו השראת השכינה, במילא איז א גרויסע שמחה היינט ווען מען איז מחנך א נייע בנין פאר די בית רחל וועלכע פירט זיך ע"ד המסורה לנו פון רבותיה"ק זי"ע און איז מיוסד אויף תורה, יראת שמים, און צניעות, און דאס וועט זיכער אראפברענגען אלע השפעות טובות פאר די נדבנים, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע חשובע משתתפים, דער רבי האט ממשיך געווען זאגענדיג אז רעדענדיג יעצט צו בעלי בתים איז דא די פלאץ צו רעדן פון די רעיון 'תורתו אומנתו' וועלכע ברענגען אראפ א תלמיד חכם אין די ביזנעס צו לערנען יעדן טאג עטליכע מינוט מיט יעדע ארבעטער, דער רבי האט שטארק מחזק געווען די רעיון און געזאגט אז דאס ברענגט אריין א רוח תורה אין די ארבעט און נישט נאר וואס עס ברענגט נישט מען זאל ארבעטן ווייניגער נאר אדרבא עס מאכט אז די ארבעטער זאל ארבעטן בעסער אין די איבריגע שעות.
































































































































