top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הנגיד ר' שלמה פעדער הי"ו אפגעקויפט זכות פון נייעם תקנות חתונה-זאל אין בנין הבית רחל החדש אין קרית יואל

  • 15 ביוני
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' קרח • ל' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. שטיין

פארלאפענעם ליל שישי איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' יצחק פעדער הי"ו לרפו"ש אין קרית יואל, ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ביי וועלכן בנו הרבני הנגיד ר' שלמה פעדער הי"ו פון וויליאמסבורג האט אפגעקויפט די זכות פון די נייע 'תקנות חתונה זאל' וועלכע ווערט געבויעט אינעם בנין הבית רחל החדש 'בנין קליין' אין קרית יואל, פאר די פאנטאסטישע סומע פון פינף מיליאן דאלער!


עס זענען אנוועזנד געווען די חברי הנהלת המוסדות און די חברי וועד החתונה תקנות אין שפיץ פון הרב ר' שלמה זלמן ווייס הי"ו אדמיניסטראטער פון די מוסדות וועלכער האט אויפגעטרעטן און פארגעשטעלט די מצב כהיום מיט די פילע תקנות זאלן וואס איז דא אין קרית יואל פאר חתונות, תנאים'ס, שבת שבע ברכות, און די שטארקע געברויך פאר נאך א חתונה זאל אין קרית יואל, דערביי האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די פילע פעולות פון די וועד החתונה תקנות בעבר, ועוד ידם נטויה בעז"ה מיט נאך פלענער אויף לעתיד.


דער רבי האט דערנאך אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און די הנהלת המוסדות און גאר ווארעם אנגעוואונטשן פאר ר' שלמה הי"ו, פאר אביו הרה"ח ר' יצחק הי"ו לרפו"ש, און פאר די גאצע משפחה המעטירה, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש און ארויסגעברענגט די גרויסע זכי' צו קענען העלפן א בנין פאר די בית רחל פון ווי עס וועלן בעז"ה אויסוואקסן ערליכע אידישע מאמעס פון די קומענדיגע דור, און איבער די זכי' צו ארויסהעלפן אידן בעת שמחתם.


דערנאך האט דער רבי געגעבן א מתנה פארן נדיב ר' שלמה הי"ו א זילבערנע צינדער מיט וואס דער רבי האט אנגעצינדן די לעכט איידער תפילת מעריב ליל ל"ג בעומר לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי ביים מעמד הדלקה רבתי במעמד אלופי אלפי ישראל.


ווי די עסקנים גיבן איבער וועט דער נייער זאל זיין אהערגעשטעלט מיט אלע צוגעהערן, מיט אלע זייטיגע שטיבער און געברויכן פאר די משפחות פון חתן כלה, הערליך דעזיינט ווי עס פאסט פאר אזא גרויסע שמחה ווען מען גייט אויפשטעלן א פרישע אידישע שטוב.


דער זאל וועט זיין באשטימט ספעציעל פאר מחותנים וועלכע שטעלן זיך פולקאם צו צום 40,000 דאלער חתונה בודזשעט וועלכע איז פראקלאמירט געווארן דעם פארלאפענעם ווינטער דורך די חתונה קאמיסיע דקהל יטב לב, און כדי נאך מער ארויסצוהעלפן די מחותנים צו קענען חתונה מאכן מיט הרחבת הדעת ווערט דער זאל אהערגעשטעלט ספעציעל פאר די מחותנים.



תגובות


bottom of page