גדול יהיה כבוד הבית: היסטארישער מעמד הנחת אבן הפינה פאר'ן נייעם מרכז העולמי דחסידי אלכסנדר
- לפני שעתיים (2)
- זמן קריאה 4 דקות
דינסטאג פ' מטות מסעי • כ''ב תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
מיט אומבאשרייבליכע געפילן פון שמחה און עקסטאז, און נאך צענדליגער יארן פון ארויסקוקן און ווארטן, האבן הונדערטער חסידי אלכסנדר מיטגעהאלטן דעם היסטארישן און געהויבענעם מעמד "הנחת אבן הפינה" ביים גיסן די פונדאמענטן פאר'ן נייעם פראכטפולן בנין המרכז העולמי ובית המדרש הגדול אלכסנדר, וואס ווערט אויפגעבויט אין הארץ פון עיר התורה והחסידות בני ברק, בראשות פונעם געטרייען מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א.
די לאנג ערווארטעטע חגיגה איז געפייערט געווארן מיט גרויס פראכט אויף די אחיעזר גאס, ביים ריזן שטח וואו די אלטע נאסטאלגישע ביהמ"ד איז געשטאנען פאר קרוב צו זעכציג יאר. צוליב דעם מאסיוון ציבור איז די גאנצע גאס געווארן אפגעשפארט פאר פארקער שוין פון די פריע פארמיטאג שעה'ן. די געטרייע עסקנים האבן פאכמאניש אהערגעשטעלט הונדערטער זיצן, הויכשטאקעדיגע פארענטשעס, און א דאפלטע בימת הכבוד פאר די פילע רבנים, אדמורי"ם און ראשי ישיבות וואס זענען געקומען מפאר זיין בראש החגיגה.
על פי הוראת הקודש פונעם רבי'ן, איז דער גאנצער סדר המעמד, די פיוטים, זמירות און אויך די ניגונים באשטימט געווארן לויט'ן סדר ווי עס האט בשעתו מתקן געווען הרה"ק בעל "אמונת משה" מאלכסנדר זי"ע, ביים היסטארישן מעמד הנחת אבן הפינה בשנת תשכ"ט פאר'ן אלטן בנין אויפ'ן זעלבן ארט.
אלס יושב ראש המעמד האט געדינט הרה"ג ר' שמעלקא האלפערט שליט"א, ראש ישיבה קטנה אלכסנדר און אן אייניקל פונעם רבי'ן דער "אמרי מנחם" מאלכסנדר זי"ע. במשך דעם גאנצן מעמד האט א קאפעליע בעלי מנגנים אנגעפירט מיט ווארעמע ניגונים, אן קיין מוזיקאלישע באגלייטונג צוליב די ימי בין המצרים. ביים אנהייב פונעם מעמד האט מען געזאגט באשטימטע קאפיטלעך תהלים.
דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א משמיע געווען די דברות קודש בקול מלא רגש, שילדערנדיג די השתלשלות הקמת חצר הקודש אלכסנדר נאכן קריג, און די אויסטערלישע התרגשות וואס האט געהערשט ביים הנחת אבן הפינה בשנת תשכ"ט, זייענדיג דאן די ערשטע בנין פון חצה"ק אלכסנדר אויפגעבויט צו ווערן נאך וואס מ'האט אלעס פארלוירן, די הונדערטער שטיבלעך און צענדליגע ישיבות, און ווי אזוי די מצב האט דעמאלטס אויסגעזעהן תשכ"ט ווען אלס איז נאך געווען חרוב ונחרב, און ווען מען קוקט זיך צו ווי די השגחה עליונה האט צוגעפירט דאס ווידער-אויפבלי פון די אלכסנדר צוועלף שטיבלעך בכל קצוי תבל פאדערט זיך א שבח והודאה להשי''ת.
דאן האט די רבי שליט"א דערמאנט אז "עס איז זיכער אז אלע אבות הקדושים לבית אלכסנדר געפינען זיך דא, אזוי ווי ביי א זמן שמחה", און אויסגערעכנט אלע נעמען מיטן שם האב והאם, אנגעהויבן 'רבינו יחיאל בן מלכה ורבי שרגא פייבל' און אזוי ווייטער.
א סקרוך איז אדורך די ביינער ווען די רבי שליט"א האט זיך אויסגעדריקט: "קיימתי בעצמי דעם 'אם אבוא באהל ביתי וכו' עד אמצא מקום לה'', ווען דער רבי האט געמוזט זיך ארויסציען פון ביתו נאוה קודש נעבן דעם אלטן ביהמ"ד, אן צוגעגעבן א אפי' דאס איז שלא כפי כוחי וגילי, און ס'איז נישט אנגעקומען לייכט, האב איך נישט קיין חרטה"...
דערנאך האבן אויפגעטרעטן מיט ווארעמע ברכות הגאון הגדול רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א, גאב"ד מערב בני ברק, וואס איז א שכן טוב פונעם אלכסנדר הויף, דער מרא דאתרא הגאון רבי חיים יצחק אייזיק לאנדא שליט"א, גאב"ד בני ברק, און דער מעיאר פון בני ברק ר' חנוך זייבערט הי"ו.
דאן האט מען צוגעטרעטן צום הויכפונקט פונעם מעמד ביים גיסן די אבן היסוד. איידער'ן גיסן האט דער רבי געמאכט א קלארן תנאי אז מען זאל אינעם בית המדרש קענען עסן, פארברענגען, אפרעכטן אסיפות מרעים און סעודות מצוה כנהוג, און האט מסיים געווען מיט א תפילה: "ויהי נועם ה' אלקינו עלינו ומעשה ידינו כוננה עלינו", "כך אמר משה רבינו וכך יקויים כאן". דער רבי האט דאן אנגעהויבן גיסן דעם צעמענט ווען דער גאנצער ציבור ברעכט אויס אין פייערליכע ניגוני שמחה.
נאכן רבי'ן זענען מכובד געווארן צו גיסן די אנוועזנדע רבנים: גאב"ד בני ברק, גאב"ד מערב בני ברק, דעם רבינ'ס שוואגערס האדמורי"ם ממודזיץ און בוטושאן שליט"א, חתנו כ"ק האדמו"ר מלויצק שליט"א, אחיו הרה"צ רבי יחיאל דאנציגער שליט"א, גיסו הרה"צ רבי דוב זוננבאנד שליט"א, דער משפיע הרה"צ רבי אהרן טויסיג שליט"א מראשי ישיבת אלכסנדר, און די אנדערע ראשי הישיבה, רבני הקהילה, נדיבי עם, עסקנים, און אישי ציבור וואס העלפן ארויס במלאכת הקודש.
א באזונדערע שמחה האט געהערשט ווען עס איז ערשינען במלוא הדרו ראש ישיבת סלאבאדקא הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א, וואס האט משמיע געווען דברי ברכה לכבוד המאורע און איז אויך מכובד געווארן צו גיסן צעמענט ביי די אבן הפינה.
תיכף נאכן מעמד היציקה האט דער רבי געפראוועט א שולחן לחיים, וואו דער רבי האט ווידער אויפגעטרעטן מיט דברות קודש און געבעטן אז יעדער יחיד זאל אנהויבן זאגן די טעגליכע קאפיטלעך תהלים לויט די ימי החודש, יום־ביומו, ספעציעל פאר די הצלחה פון די מאסיווע בוי־פראיעקט. און צוגאב האט דער רבי געפאדערט אז אנשים, נשים וטף זאלן מקבל זיין אויף זיך קבלות טובות און זיך פארבעסערן איבערהויפט אין די ענינים פון טעכנאלאגיע און צניעות.
דערביי האט דער רבי איבערראשט די חסידים מיט דער היסטארישער מעלדונג אז א חשובע נדיב האט אים געשאנקן א מתנה א ספר תורה, און דער רבי האט אויסגעדרוקט רצון קדשו אז יעדער אלכסנדר חסיד זאל האבן די געלעגנהייט זיך אנצושליסן אינעם ספר תורה דורך זיך אונטערנעמען קבלות טובות.
צוליב די גרויסע ענגשאפט, און כדי מונע צו זיין סכנת נפשות, איז דער ציבור נישט דורכגעגאנגען פערזענליך זאגן לחיים, נאר דער רבי האט אנגעוואונטשן דעם גאנצן ציבור ברכות לרוב פון זיין פלאץ. צום שלוס פונעם מעמד האבן די הונדערטער חסידים געהאט די געלעגנהייט צוצוגיין פערזענליך און אריינגיסן צעמענט אין די יסודות, מיט א תפילה אז מען זאל זוכה זיין צו זען דעם בנין כלילת יופי על תילו בנוי במהרה.












































































































