הערליכע באזוך פון האד' מבאבוב אין שטאט לינדען לכבוד די יארצייט פון אמא של מלכות הרבנית מבאבוב ע"ה
- לפני שעה (1)
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' כי תבא • י''ב אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברהם בערגער
נעכטן מאנטאג, אין טאג פון די יארצייט פון הרבנית הצדיקת מבאבוב ע"ה, אשת חבר הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זצ"ל, איז בנה כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין דער שטאט לינדען, וואו דער רב שליט"א איז צוערשט צוגעפארן צום שטוב פון חתנו הגה"צ רבי יחזקאל ליפשיץ שליט"א, דומ"ץ באבוב לינדען, וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן א משך זמן.
שפעטער איז דער רב שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין דער נייער שטאטישער מקוה טהרה, וואס ווערט אין די טעג פארענדיגט לשמחת לב די הונדערטער תושבי העיר. דער רב שליט"א האט א לענגערע וויילע זיך אומגעקוקט אינעם בנין המקוה, וואס ער זעלבסט האט מנדב געווען דעם שם הבנין על שמה ולזכרה פון אמו הרבנית ע"ה. די עסקנים האבן צוגעוויזן אלע חומרות והידורים וואס איז איינגעשטעלט געווארן אין די מקוה, און האבן מכבד געווען דעם רב שליט"א צו קובע זיין די מזוזה ביים הויפט אריינגאנג.
פון דארט איז דער רב אנגעקומען צו די נייע בנין המוסדות וואס די באבוב'ער קהילה האט נישט לאנג צוריק אפגעקויפט אין לינדען, וואו ער איז אפגעווארט געווארן בשירה וזמרה דורך די ילדי התלמוד תורה. דער רב שליט"א איז דאן אריין אינעם בנין וואו ער האט קובע געווען א מזוזה, און דערנאך מכבד געווען חתנו הגה"צ דומ"ץ באבוב לינדען שליט"א צו קלאפן א מזוזה.
נאכן קביעת מזוזות איז דער רב שליט"א ארומגעגאנגען אין דעם נייעם פארענדיגטן בנין, אויף אלע שטאקן און שטארק באוואונדערט די פראכט און ברייטקייט מיט וואס דער בנין איז געבויט געווארן. דער רב שליט"א האט דארט געדאוונט מנחה פארן עמוד לכבוד די יארצייט און אפגעראכטן א שולחן לחיים, וואו ער האט משמיע געווען אמרי קודש איבער דאס געוואלדיגע שמחה פון מחנך זיין א בנין פאר חינוך הבנות, און דערנאך פארטיילט לחיים פאר אלע נדבנים און עסקנים וועלכע האבן געהאלפן צושטאנד ברענגען דעם פראיעקט.
פון דארט איז דער רב ארויסגעפארן צום באבוב'ער בית החיים אין ניו דזשערזי, וואו ער האט מתפלל געווען על קברה פון די מוטער די רעבעצין און געלערנט משניות. נאך די עליה לציון איז דער רב שליט"א אריין אינעם אהל הקדוש פון אדמו"רי בית באבוב, און מתפלל געווען א תפילה קצרה לקראת די ימי הרחמים והרצון.
צופרי האט דער רב שליט"א געדאוונט שחרית פאר'ן עמוד במקום הנופש אין ווייט לעיק, און נאכ'ן דאווענען אפגעראכטן א שולחן לחיים און דערציילט שיינע ענינים און געהויבענע שטריכן פון די מאמע, די רעבעצין ע"ה.


























































תגובות